אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דער בלאט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 5:
נאכען נישט ווערן באשריבען אין [[דער איד]] האבן זיי דערקלערט קריג קעגן [[דער איד]] און איר אייגענטימער [[משה גבאי]]. און אין 2000 האבן זיי באשלאסן דעם דראסטישן שריט אליינס צו עפענען א צייטונג און שרייבן די נייעס לויט זייער [[גייסט]] און [[רעספעקט]].
 
מיטן גרינדונג פון דער בלאט האט זיך שטארק געטוישט די וועלט פון יידישע צייטונגען.
 
זיי האבן געלייגט א דגוש צו באשרייבן און דעקן אלע שיכטן און קרייזן. זיי האבן אנגעהויבן צו חנפען און באשרייבן קליינע חסידות'ער און פריוואטע עסקנים אפילו זיי האבן נישט מיט סאטמאר, און דער איד האט נאכגעטאן דאס זעלביגע. - דוגמא: זיי האבן אנגעהויבן צו לייגן [[בילד]]ער און [[דער איד]] האט נאכגעטאן אלס קאנקורענץ.
 
ווי אויך איז אינטרעסאנט אז זייט די ערשיינונג פונעם בלאט וואס האבן אנגעהויבן מיט דעם מהלך פון געבן פאר יעדן, האט דער איד בלית ברירה געמוזט אויפהערן צו האמערן און די קנאישע רעכטע רבנים פון דעם חרדי'שן לאגער נאר זיי געבן אויך אפ דער פולסט רעספעקט פאר יעדן רב ומו"ץ ומנהיג פון וועלכן קרייז עס זאל נאר זיין.
 
ווי אויך האט דער בלאט איינגעפירט זייער א נאבעלער שריט אלס אונטערגאלער טייל פון חרדישע נייעס, צו מאכן א מדור זכרון להולכים, און באשרייבן דארטן מיט רעספעקט די אלע וואס זענען נעבעך נפטר געווארן דורכאויס דער וואך, וואס איז שפעטער נאכקאפירט געווארן דורך פולע צייטונגען אריינגערעכנט איר הויפט קאנקורענט [[דער איד]].
 
==אייגענטום==