אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הויז קאנסטרוקציע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 127:
 
===דרייוואל===
דרייוואל אדער גיפסקאַרטאן ({{שפראך-en|drywall (USA); plasterboard (Britain)}}) (אדער שיטראק) איז היינט די איינציגסטע מאטריאל וועלכע ווערט גענוצט צו באדעקן די אינעווייניגסטע ווענט פון אלע הייזער איבער דער גאנצער וועלט. אמאל האט מען גענוצט פארשידענע מאטריאלן, אריינגערעכנט [[בלעך]] און אויסגעארבעטע שטיינער. אבער די אלע מאטריאלן האבן געהאט פראבלעמען און דרייוואל האט אלעס איבערגענומען אלס א פראקטישע מאטריאל געמאכט פון פלעסטער וועלכע ליגט צונויפגעדרוקט צווישן צוויי הארטע פאפירן וועלכע מאכט דאס זייער שטייף און שווער. די דרייוואל קומען אין 4 ביי 12 פיס און וועגן 50 פונט יעדע איינע וואס מיינט אז א דורכשניטליכע הויז מיט 200 דרייוואל שטיקער לייגט צו פרישע 10,000 פונט צו די הויז.
 
מען אינסטאלירט דרייוואל מיט ספעציעלע דרייוואל נעגל און דערנאך פארדעקט מען די שפאלטענעס מיט א ספעציעלע פאפיר טעיפ און פלאסטער ווערנדיג פארענדיגט מיט די ארבעט פון אפרייבן די שטיקער זיי צו מאכן גלייך עס זאל זיין גרייט צו פעינטןפארבן.
 
===לעצטע ארבעט===