אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם יצחק הכהן קוק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 5:
== ביאגראפיע ==
 
הרב קוק איז געבוירן אין [[לאטוויע]] אין יאר תרכ"ה און איז געווען אן אפשטאמיגער פון שטאלצע חסידים און מתנגדים. ער האט געלערנט אין וואלאזינ'ער ישיבה און האט אנגעקניפט א שטארקע נאנטשאפט מיט דער נצי"ב. אין יאר תרמ"ו האט ער חתונה געהאט מיט דידער טאכטער פון פאנאוויטשערפאנאוויזשער רב ר'רבי [[אליהו דוד ראבינאוויטש-תאומים]] דער בעל ה"אדרת". ער האט געדינט אלס רב אין עטליכע שטעט אין [[ליטא]], און אין תרס"ד איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און געווארן רב פון יפו פאר צען יאר. אין די יארן פון דידער ערשטעערשטער וועלט קריג (תרע"ד-תרע"ז) איז ער געווען אין אייראפע. אין תרע"ט איז ער צוריק געקומען קיין ארץ ישראל און אנגענומען דעם פאסטן פון ''רב הראשי לעדת אשכנזים'' וואס רב קוק'ס געגנערס האבן גערופן ''רב מטעם''. אין תרפ"ד האט ער געגרינדעט ''[[ישיבת מרכז הרב]]'' אין [[ירושלים]].
 
הרב קוק איז לויט אלעמען געווען א גאון אין נגלה און אין נסתר. צוערשט איז ער געווען שטארק בידידות מיט די [[רבנים]] און גאונים פון ירושלים, ווי ר'רבי [[יוסף חיים זאנענפעלד]] און ר'רבי [[יצחק ירוחם דיסקין]]. שפעטער זענען א טייל פון די געווארן זיינע שארפע געגנערס. הרב קוק האט אלע זיינע יארק אנגעהאלטן נאנטע ידידות'שאפט מיט פיל גדולי הרבנים און אדמורים פון [[ארץ ישראל]] און [[אייראפע]], ווי צ.ב.ש. דער אדמו"ר בעל אמרי אמת פון גער, דער אדמו"ר ר' [[מרדכי יוסף ליינער]] פון ראדזין, אדמו"ר ר' [[ישראל פרידמאן]] פון טשארטקאוו, בענדינער רב ר' חנוך צבי הכהן לעווין, און נאך. פיל האבן זיך אויסגעדריקט אויף אים מיט גאר ווארעמע ווערטער און געלויבט אויף זיין גאונות, חכמה, און צדקות.
 
הרב קוק האט פרובירט צו גרינדן אן ארגאניזאציע מיט'ן נאמען ''דגל ירושלים'' וואס וועט דינען אויף צוזאמצוברענגען גאנץ כלל ישראל אינטעראונטער דידער השפעה און אויטאריטעט פון א וועלט'ס בית דין, א ישיבה, און אנדערע אינסטיטוציעס. דער פלאן איז געווען א גראנדיעזער, און צו דעם האט ער געלאזט דריקן די ערשטע פון זיינע ספרים אויף מחשבת ישראל מיט'ן נאמען "אורות". אין דעם קונטרס האט ער ארויסגעברענגט זיינע אידעעסאידעען אויף דידער געהויבנקייט פון דערדעם קאלעקטיוועקאלעקטיווען זעל פון כלל ישראל און זייער תפקיד, ספעציעל אין דעם ענין פון ישוב ארץ ישראל.
 
רב קוק האט געזען אין דעם צוריק-קער קיין ארץ ישראל א געשעעניש פון אויסערגעווענליכעאויסערגעווענליכער היסטרישעהיסטרישער און טעאלאגישעטעאלאגישער מערקווירדיגקייט. ער האט פיל געארבעט מקרב צו זיין אידן צו תורה און שמירת המצוות. ער פלעגט זאגן אויפ'ן מאמר [[חז"ל]] "שמאל דוחה וימין מקרבת", אז עס זענען שוין דא גענוג וואס זענען דוחה און זיין פליכט איז צו טון דאס התקרבות.
 
== קאנטראווערסיע ==
 
א טייל פון די רעיונות אין "אורות" האבן געברענגט די אויפמערקזאמקייט פון געוויסע קנאים אין ירושלים, וואס האבן געהאלטן אז עס זענען געשריבן דארט זאכן וואס זענען נישט לויט'ן דרך התורה. די קנאים האבן ארויסגעגעבן א קונטרס מיט'ן נאמען ''קול שופר'',. דאסדער גרעסטעגרעסטער טייל דערפון איז געווען גאר א שארפע בריוו און חרם אויף רב קוק'ס קונטרס "אורות" מיט דער חתימה פון ר'רבי יוסף חיים זאנענפעלד און ר'רבי יצחק ירוחם דיסקין.
 
א פייער פון מחלוקת האט אויסגעבראכן, אין וועלכעוועלכן פיל יקירי ירושלים זענען געווארן אריינגעכאפט. הרב קוק'ס ידיד נפש און תלמיד מובהק, ר'רבי יעקב משה חרלפ (וואס זיין פאטער האט געדינט אויפ'ן בית דין פון הרב דיסקין, און ער אליין איז געווען שטארק צוהילף רב דיסקין צו ווערן אנעגענומען ביי אלע קרייזן אין ירושלים) האט געשריבן א קונטרס "טובים מאורות" ווי ער פרובירט צו ערקלערן און אויפווייזן די ריכטיגקייט פון פילע פון די רעיונות געדרוקט אין "אורות". אנדערע חשובע נאכפאלגער פון הרב קוק זענען געווען דער ירושלימ'ער דיין ר' צבי פסח פראנק, ר' יחיאל מיכל טוקאטשינסקי (אן אור-איידעם פון ירושלימ'ער רב ר' [[שמואל סאלאנט]]), ר' צבי דוד הירשביין (פון די זקני חסידי גער אין ירושלים), ר' ישראל פורת, ר' מנחם מענדל פרוש, ר' אייזיק בן טובים, און נאך.
 
דער מחלוקת איז געווארן אזוי איבערגעהיצט ביז דער אדמו"ר בעל [[אברהם מרדכי אלתר|אמרי אמת]] פון גער איז פארבעטן געווארן צו קומען קיין ארץ ישראל און פרובירן איינשטעלן שלום. דינסטאג, ד' ניסן תרפ"א, איז דער בעל אמרי אמת אנגעקומען קיין ירושלים. באלד א חודש צייט איז דער אמרי אמת פארבליבן אין ארץ ישראל, און פילע שעות איז ער געזעסן און אויסגעהערט די טענות פון ביידע צדדים. אויפ'ן שיף פארנדיג צוריק קיין אייראפע האט ער אפגעשריבן זיין מסקנא אויף די נושא.