אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמואל בוטח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[בילד:Shmuli botiach.jpg|left|250px]]
 
'''שמולי בוטח''' איז א גלענצענדער רעדנער און שרייבער, ער איז געווארן אלס אינג בחור נתקרב צו אידישקייט דורך א חבד שליח, און זינט דעמאלטס איז ער טעטיג אליין אין קירוב, אבער זיין קירוב רחוקים האט זיך פארשפרייט מער ארויס פון די גרעניצען פון אידישקייט, ער האט גענומען זיין טאלאנט צו רעדן יוניווערסאל צו מענטשען פון אלע פעלקער זיי נענטער צו ברענגן צו גאט.
 
אנגעהויבן זיין קאריערע האט ער אין סידני ווי ער האט געלערנט סמיכה אין דעם דארטיגן ליובאוויטשער ישיבה און געווען טעטיג צו לייגן תפילין און מקרב זיין די דארטיגע אידן.
 
זיין הויפט הצלחה האט ער געהאט ווען ער איז געווען דער שליח אין דעם פרעסטיזשפולען וועלט בארימטער אוניווערסיטעט; אקספארד אוניווערסעטי אין לונדאן. הונדערטע אידישע סטודענטען האבן געקלעבט צו זיין כאריסמאטישען פירערשאפט, און האבן אנטייל גענומען אין זיין "לחיים סאסייעטי" חב"ד הויז, און אירע אקטיוויטעטען.
 
פון דארטן האט ער גענומען זיין טאלאנט צו די וועלט; נעמליך דער אפענער צוגאנג פון תורה צו די אינטימסטע טיילן פון א מענטש'ס לעבן, זיין בוך "קאשער סעקס" איז געווארן א בעסט סעלער, היינט צוטאגס שרייבט ער ביכער יעדע פאר חדשים א נייע, און האט א טעלעוויזשען און ראדיאו שוי, הויפטקווארטירט פון ניו זשערסי, מיט צוהערער דורכאויס אלע שטעט אין אמעריקע.
 
* עס איז מערקווירדיג, אז טראץ די טענות וואס די פרומע האבן קעגן אים אז ער האט גענומען אזא באהאלטענע סובזשעקט ווי סעקס און מיט דעם געווארן באקאנט, גייט ער נישט אין ערגעץ נישט אן די באגלייטונג פון זיין ווייב, ער האט ניין קינדער און זי איז אוואדאי פארנומען ביזן קאפ מיט הויז ווערק, דאך פארט ער ניטש אין ערגעץ נישט צו אין פובליק אויפטריטן צו פריוואטע סטודיאו אדער בוך אונטערשרייבן אן זיין רעביצען.
 
[[קאטעגאריע:ליובאוויטש]]
[[קאטעגאריע:רעדנער]]