אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוד האלבערשטאם (קשאנאוו)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
ווארט פונעם טריסקער מגיד
שורה 3:
==אפשטאם==
 
'''רבי דוד'ל''' איז געבוירן אין [[רודניק]] אין יאר [[ה'תקע"ח]], דער צווייטער זון צו זיין פאטער הרב '''[[חיים האלבערשטאם]]''', דער דברי חיים, און צו זיין מוטער מרת '''רחל פייגא''' א טאכטער פון הרב '''[[ברוך תאומים-פרענקל]]''', דער ברוך טעם. זיין פאטער פלעגט אים רופן "דער הייליגער רב".
 
==רבנות==
 
פון יונגערהייט איז '''רבי דוד'ל''' געזעצעןגעזעצן און געלערנט מיט א געוואלדיגע פלייסיקייט, מען האט געזאגט אויף '''רבי דוד'ל''' א [[גוזמא]], "ער לערנט פינף און צוואנציג שטונדן א טאג".
 
'''רבי דוד'ל''' האט געלעבט מיט אן אויסערגעווענלעכע מינימאלע פארברויך, און מיט א צוריק געהאלטנקייט פון אלע וועלטלעכע פארגעניגן'ס. זיין עלטערער ברודער דער [[יחזקאל שרגא האלבערשטאם|שינאווער רב]] האט אים געריפן דער [[צדיק הדור]].
שורה 15:
אין יאר [[ה'תרי"א]] האט מען אויפגענומען '''רבי דוד'ל''' רב אין [[קשאנאוו]], זיין פאטער דער צאנזער רב איז געקומען צו זיין באקרוינונג. דאס [[רבנות]] איז אים נישט אזוי לייכט אנגעקומען, פון איין זייט איז '''רבי דוד'ל''' געווען א געוואלדיגער [[עניו]] און זייער א ווייכער פון [[נאטאר]], פון די אנדערע זייט האט ער זיינע אויפטראגן דורך געפירט מיט א שטארקע פעסטקייט אן קיין שום נאכגעבן <small>(פשרות)</small>.
 
א שווערן קאמף האבן אנגעפירט קעגעןקעגן אים די ראדאמסקער חסידים. נאך דעם וואס '''רבי דוד'ל''' איז געווארן רב, האט ער אוועק געשטעלט א [[שליח צבור]] אויף וועמען מען האט גערעדט אז ער פירט זיך נישט ארנטליך, וועלכער איז געווען פון די ראדאמסקער חסידים. דערפאר האבן זיי שטארק גערודפט '''רבי דוד'ל''' און ער האט געמוזט זיך אויסבאהאלטן פון דער שטאט אויף א לענגערער צייט פאר שרעק פון די רעגירונג'ס לייט.
 
ווידער אמאל יארן שפעטער, אין יאר [[ה'תרל"ו]] האט '''רבי דוד'ל''' געלייגט א [[חרם]] אויף רבי העשע גראס וועלכער איז געווען א פערזענליכקייט און א [[תלמיד חכם]], וויבאלד ער האט פארטיידיגט זיינע קעגנער, די [[סאדיגורא]] זייט, און ער האט געמוזט איבער בעטן '''רבי דוד'ל''' מיט גרויס שאנדע. מיט פיל אינטערווענירונג האבן '''רבי דוד'לס''' גוטע פריינד ערלעדיגט מען זאל אים נישט איינזעצן, און זאל נישט ווידער דארפן אנטלויפן.
 
דער [[אברהם טווערסקי (טוריסק)|טריסקער מגיד]] האט געזאגט אויף אים: "איך האב דאך עפעס געקענט אלטע צדיקים, אבער אזוי מ'זאל האבן אויף זיך דעם צלם אלקים אינגאנצן אזוי ווי מ'האט אים איבערגעגעבן אין דעם סאנזער רב'ס א זון ר' דוד'ל, ער וואוינט דאכט זיך מיר אין קשאנאוו, ער האט דעם גאנצן צלם אלקים".
 
==הסתלקות==