אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עשרת ימי תשובה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 12:
 
די גלויבונג לויטעט, אז [[ראש השנה]] ווערט די בעפעלקערונג איינגעטיילט אין דריי טיילן:
#"[[צדיק|צדיקים]]" (רעכטפארטיגע) - אזעלכע וואס זייערע [[מצווה|מצוות]] זיינען מער ווי זייערע עבירות. די ווערן גלייך פארשריבן אין דעם "בוך פון לעבעדיגע[[לעבן]]" ([[ספר החיים]]) צום [[לעבן]].
#"בינונים" (מיטלגאטונגע) - אזעלכע וואס זייערע גוטע און נישט גוטע אקטן זענען גלייך אויף גלייך. די גיבט מען צייט ביז יום כיפור צו פארמערן די גוטע אקטן דורך פראקטיצירן וואס מער פון זיי און זיך דערווייטערן פון נישט גוטע אקטן, און דורך "תשובה" וואס ווערט געמאכט לויט די פארשריפטן פון די [[תורה]] און [[חז"ל]] מעקט מען אויס די נישט גוטע אקטן ווי זיי וואלטן קיינמאל עקזיסטירט.
#"[[רשע|רשעים]]" (בייזוויליגע) - אזעלכע וואס זייערע נישט גוטע אקטן זענען מער פון זייערע גוטע אקטן. די ווערן באלד פארשריבן אין דעם "בוך פון [[שטארבן|פארשטארבענע]]" ([[ספר המתים]]).
 
וויבאלד דער מענטש ווייסט דאך נישט צו וועלכע [[גרופע]] ער באלאנגט, כדי ער זאל [[חלילה]] נישט פארשריבן ווערן אין דעם "בוך פון פארשטארבענע" (אין פאל ער איז א בינוני און האט נישט מצליח געווען צו ברענגן זיינע רעכטפארטיגע אקטן צו איבערוועגן די שולדען) טוען די גלויביגע אידן פארמערן מיט "תשובה" צו אפמעקן וואס מער פון די בייזוויליגע אקטן.