אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה בלוי"

1,916 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 10 יאָר
לעבנסגעשיכטע
(געשאַפֿן בלאַט מיט ''''משה אורי בלוי''' (י"ט כסלו ה'תרמ"ה27סטן נאוועמבער 1885, ירושלים - ח' סיון [[ה'תש"...')
 
(לעבנסגעשיכטע)
רבי '''משה אורי בלוי''' ([[י"ט כסלו]] [[ה'תרמ"ה]]—[[27סטן נאוועמבער]] [[1885]], [[ירושלים]] - [[ח' סיון]] [[ה'תש"ו]]—[[7טן יוני]] [[1946]], [[מעסינע]], [[איטאליע]]) איז געווען א פירער פון דער [[עדה החרדית]] אין מירושלים, פון די הויפטן פון [[אגודת ישראל]] אין [[ארץ ישראל]], און דער רעדאקטאר פון דער חרדישער צייטונג [[קול ישראל]].
 
== לעבנסגעשיכט ==
משה אורי בלוי איז געווען דער בכור פון הרב שלמה יצחק בלוי און זיין ווייב אסתר שיינא (שיינדל) א טאכטער פון הרב ישעיהו אורנשטיין, דער פינפטער דור אין ירושלים פון א משפחה וואס איז ארויף אין ארץ-ישראל סוף פונעם [[18טער י"ה|18טן יארהונדערט]].
 
ער האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד רבקה זיסל א טאכטער פון זיין פעטער הרב יעקב אורנשטיין, דער מנהל [[ישיבת אהל משה]] וואס רבי [[יהושע לייב דיסקין]] האט געגרינדעט. נאך זיין שווערס פטירה האט זיין זיידער ר' ישעיהו אורנשטיין געגעבן אים דאס פירן די ישיבה. ער איז געווען א תלמיד או דער הויפט העלפער פון הרב [[יוסף חיים זאנענפעלד]], דער פירער פון דער [[עדה החרדית]] אין ירושלים איידער די מדינה איז געווארן אויפגעשטעלט. פון [[ה'תרפ"ד]] איז ער געווען דער דירעקטאר פון דעם ירושלים צענטער פון אגודת ישראל, און ער איז אויך געווען א מיטגליד אין דעם וועלט וועד הפועל פון דער באוועגונג.
 
אין די 30ער יארן, נאך ווען זיין יונגערער ברודער [[עמרם בלוי]] האט פארלאזט די [[צעירי אגודת ישראל]] און האט אויפגעשטעלט מיט [[אהרן קאצנעלנבויגן]] די [[נטורי קרתא]], האט משה איבערגענומען פון אים די רעדאקטארשאפט פון "קול ישראל", די צייטשריפט פון אגודת ישראל.
 
==זיינע שריפטן==
80,189

רעדאקטירונגען