אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עשרת ימי תשובה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 13:
 
== ספעציעלע הלכות און מנהגים ==
==="[[כפרות]]"===
עס איז א [[מנהג]] ביי [[אידען]], אז אין די טעג צווישן [[ראש השנה]] און [[יום כיפור]] נעמט מען א [[האן]], א [[זכר|מענליכער]] פאר א [[מאן]] און א [[נקבה|ווייבליכער] פאר א [[פרוי]], און מען דרייט זי ארום העכער דעם [[קאפ]] [[נומער דריי|דריי]] מאל זאגענדיג א געבעט וואס הויבט זיך אן מיט די ווערטער: "זה חליפתי, זה כפרתי" (בעדייט: דאס איז מיין אויסטויש, דאס איז מיין פערצייאונג).
 
די דאזיגער מנהג, ווערט פראקטיצירט אפילו דורך נישט שטרענג [[רעליגיעזע אידן]] און אפילו זאגאר דורך גאנץ [[פרייע אידן]] וועלכע האפן אז מיט דעם וועט זיי באשערט ווערן א גליקליך ניי יאהר.
 
די בעדייט פון דעם מנהג איז, אז מען האפט אז אלע [[זינד]] וואס מען האט פראקטיצירט דורכאויס דעם פערגאנגענעם [[יאהר]] זאל אריבער גיין צום האן, וועלכער מען פירט זיך צו [[שחטן]] און געבן פאר [[ארימעלייט]].
 
אינטערעסאנט אז דער [[רמ"א]] אין [[שלחן ערוך]] [[פסק|פסק'נט]] אז מען זאל דאס נישט טון ווייל דאס גייט אריין אין דעם [[איסור]] פון "[[חוקות עכו"ם]]", און פונדעסטוועגן האט דאס [[אשכנז|אשכנזישער]] אידנטום אנגענומען דעם מנהג.
 
טייל זענען מקפיד צו פראקטיצירן דעם מנהג "כפרות" ערב [[יום כיפור]] דוקא.
 
===פת פלטר===
===קברי צדיקים===