אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סקול דיסטריקט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 8:
א יעדע [[שטאַט]] האט א געזעץ וואס מאכט זיכער אז אלע איינוואוינער גיהערן צו א סקול דיסטריקט. אזוי ארום קענען אלע קינדער באקומשן א [[חינוך]].
 
דער קרית יואל סקול דיסטריקט איז א רעגירונגס געשטיצטע פובליק סקול אין קרית יואל, מאנרא, וואס ווערט גענוצט צו העלפן קינדער מיט ספעציעלע געברויכן און א היימיש אידישע סביבה.
==די שערי חמלה פובליק סקול אין קרית יואל==
בערך אין יאר תשנ"ג איז אנשטאנען אן אנטוויקלונג אין [[קרית יואל]], וואס פארנעמט א פראמינענטער ארט אין דער היסטאריע פון רבי [[אהרן טייטלבוים]]'ס רבנות אין קרית יואל. נעמליך די פרשה פון די "קרית יואל סקול דיסטריקט", אדער "שערי חמלה".
דער סקול דיסטריקט איז צושטאנד געקומען אין יאר 1990. מיט 4 יאר שפעטער איז אנטשטאנען א מהומה איבער א קלאנג אז מ'האט דארט אנגעבליך אראפגענומען די מזוזות פון די טירן פון איין געביידע ס'זאל הייסן א סעקולערע סקול כדי צו קענען באקומען די שטאטישע רעגירונג געלטער פאר די ערציאונג פון ספעציעלע קינדער.
 
די קרית יואל סקול דיסטריקט איז א רעגירונג געשטיצטע שולע אין קרית יואל', פאר גייסטישע אדער פיזישע אינוואלידע קינדער וואס סערווירט לויטער פרומע אידן. די אמעריקאנער קאנסטיטוציע פארלאנגט אז די רעגירונג האט נישט קיין רעכט צו שטיצן קיין שום רעליגיע, עס רופט זיך די סעפעראטאציע פון קירכע און שטאַט, דעריבער האט דער געזעץ פארלאנגט אז אין אט די שולע טאר מען נישט לערנען קיין שום רעליגיעזע לימודים, און עס טאר נישט אנהאלטן קיין שום רעליגיעזע שילדן אדער סימבאלן. דאס האט אויסגערופן א גרויסע קעגנערשאפט מצד מערערע רבנים פון די סאטמארער אדער קנאות'דיגע טיפ, אז אזא שולע איז קעגן די תורה און די הלכה, אין מ'טאר עס נישט ווייטער אנהאלטן, ווייל עס איז קעגן די אמונה פון ג-ט.
דער היתר האט געגעבן דער רב פון קרית יואל ר' אהרן טייטלבוים און זיין טאטע דער פריערדיגער סאטמארער רבי, אז היות די דאזיגע אנטשטאלט איז גענצליך אויפגעהאלטן דורך דער רעגירונג, זענען די אידן דארט בלויזע ארבעטער און זענען נישט אחראי אויף די ווירטשאפט פון דער שולע, פונקט ווי איינער זאל ארבעטן אין א פאסטאמט אדער סיי וועלכער גויאישע אנטשטאלט.
 
ר' אברהם לייטנער וואס האט נישט געליטן דירעקט פון אים נאר פון זיין פאטער, פלעגט זיין זייער סימפאטיש צו אים, ווייל ער האט אים געהאלטן פאר א גרויסער תלמיד חכם, אבער ביי די פרשה האט ער געזאגט אז מען ברויך אים באקמעפן זיין רבנות בלויז צוליב דעם וואס ער איז גרויסהאלטעריש און פארדארבן אין מידות צוליב דעם וואס ער גרייפט אן עלטערע רבנים פערזעהליך מיט פארשעמונגען און העצעריין פון שלאגן און לאזונגען וואס פאסט נישט פאר א גוי ווען ער האלט אנדערשט ווי יענעם רב. אבער די ארונים טענה'נען אז די קאמף פון ר' אברהם האט נישט געמיינט אהרן נאר זיין טאטע, וואס ער האט שוין געפירט מיט אים איידער די סקול דיסטריקט פרשה און פאר ר' אברהם איז דאס געווען א גוטער מיטל צו קעמפן קעגן די טאטע.
אנטקעגן דעם האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט גרויסע מחאות און קאמפן גרויסע רבנים און רעביס. ר' מאטעלע וויזניצער, ר' יחזקאל ראטה, ר' אברהם לייטנער דער סאלקער רב ר' אליעזר פיש, הגאון רבי רפאל בלום קאשויער רב, רבי יודל גרובער, און אלע רבנים פון די בני יואל. איבער די מיינונג פונעם גאב"ד ירושלים רבי משה אריה פריינד זענען דא צוויי דעות, אין דעם קונטרס דבריהם הן הן זכרונם ארויסגעגעבן דורך זיין שוואגער רבי מענדל טארים ווערט געשריבן אז ער איז געווען שטארק דערקעגן און אויך געשריבן א בריוו און זיך אויסגעדרוקט גאר שארף אקעגן דעם רב ר' אהרן טייטלבוים, פון די אנדערע זייט איז דא א בריוו פון איהם ווי ער ציהט צוריק פו וואס ער האט געשריבן, און אזוי אויך האט ער אויפגענומען דעם רב פון קרית יואל אויף א שיינעם באזוך אויך נאכן זאגן די מכלומר'שטע מימרא.
 
ווען די קרית יואל סקול דיסטריקט שטרייט האט זיך געקאכט, האט ר' אהרן געהאלטן פארשידענע רעדעס צו ערקלערן די הלכה'דיגע אויסגעהאלטנקייט פון דעם סקול דיסטריקט. אין די דאזיגע רעדעס האט ר' אהרן פערזענליך אטאקירט די אלע רבנים מיט זייער שארפע אויסדריקן.
פון די אנדערע זייט זענען דא שטארקע רבנים וגדולי תורה וועלכע האבן זיך צוגעשטעלט צום מיינונג פונעם סאטמאר'ן רבי'ן ובנו דער קרית יואל'ער רב אז עס איז להלכה נישט קיין שום פראבלעם, ווי הגאון רבי משה ניישלאס דער רב פון סקווירא וועלכער האט געשריבן א בריוו אז ער האט פערזענליך באזוכט אין דעם מוסד און עס איז ניטשט דא קיין שום חשש, אויך הגאון רבי נתן געשטעטנער בעל להורות נתן פון בני ברק וועלכער האט געשריבן א תשובה להלכה להיתר, הגאון רבי משה שטערנבוך ראב"ד פון די עדה החרדית, און אזוי איז אויך די מיינונג פון הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער בעל שבט הלוי.
 
פון דער אנדערער זייט האבן די חסידים פון ר' אהרן און ר' משה געהאלטן אז ר' אהרן נעמט זיך אן פארן כבוד פון זיין טאטע, אין וועמענס כבוד די רבנים גרינגשעצן, וויבאלד זיי קימערן זיך נישט צו אנפרעגן זיין טאטע אדער ר' אהרן איבער די אויסגעהאלטנקייט פון די סקול דיסטריקט, וואס ר' משה געהאלטן אז עס איז א מצוה און א פליכט צו אנהאלטן און שטיצן, אויף אזוי ווייט אז ער ר' משה האט געזאגט ביי א געוויסע רעדע אז די סקול דיסטריקט וועט זיין א זכות פאר איהם אויף יענע וועלט ווייל ער העלפט אינוואלידע אידישע קינדער.
דער רב פון קרית יואל האט דעמאלטס געהאלטן אין איין שרייען אז ער איז מוכן ומזומן זיך מפלפל צו זיין מיט יעדעם איינעם איבער דעם ענין און אויפווייזן זיין גערעכטיגקייט עפ"י הלכה, און קיינער איז נישט געקומען צו איהם זיך טענה'ען און הערן זיין מיינונג, וואס דאס וואלט געווען די מינימאלסטע זאך צו קומען צום לאקאלן שטאט'ס רב און הערן וואס ער האט צו זאגן.
 
זינט דעמאלטס האט זיך פארמירט אין קרית יואל בפרט, און אין סאטמאר בכלל, צוויי שטארקע קעגן זייטיגע פראקציעס, איינס, די חסידים פון ר' אהרן און די אנדערע די שונאים. ביי ביידע צדדים זענען דא מענטשן וואס האלטן פון ר' אהרן פערזענליך גענצליך פארקערטע עקסטרעמע מיינונגען. צווישן די חסידים זענען דא א סך וואס האלטן אז ער איז א גרויסער צדיק, א הייליגער איד - גרעסער ווי זיין טאטן און ענליך צו זיין עלטער פעטער, ר' יואל טייטלבוים. ווידער פון זיינע מתנגדים זענען דא וואס האלטן אז ער איז א גרויסער זינדיגער אזוי ווי שבתי צבי און איז א געפאר פאר אידישקייט ווייל ער פירט אראפ אידן פון דעם פרומען וועג.
למעשה, קוקט דאס איז ווי א געהעריגער אידישער חדר אדער שולע, טרעפנדיג זיך אויסריידן אויף יעדער זאך פארוואס עס איז לעגאל אויסגעהאלטן, צום ביישפיל פאר פסח לערנט מען מיט די קינדער יציאת מצרים מיטן אויסרייד אז עס איז "היסטאריע" און נישט דוקא רעליגיע.
אין יענע צייטן האט די וועלט אויך אויפגערודערט מיטן שרעקליכען בזיון פון ר' יחזקאל ראטה וואס האט באזוכט מאנרוי און איז געווארן אנגעגרייפט דורך די בחורים פון ר' אהרן'ס ישיבה מיט שטיינער און אייער און איז קוים קוים ארויסגעראטעוועט געווארן מיטן לעבן מיט א פארמאכטן ווען. זינט דעמאלטס האט ר' אהרן אים נאכקיינמאל איבערגעבעטן אבער דער פוסק הדור האסט נאך מער די בני יואל פרומע טיפן שטעלט ער זיך צו צו ר' אהרן וויפל שייך מיט זיין איצטיגער מלחמה קעגן זיין ברודער.
 
אויך האבן קעגן דעם געקעפמט די גאר פרייע ליבעראלע אידן וואס האסן רעליגיע, זיי האבן געטענה'ט פונקט פארקערט פון די קנאים, אז דאס איז נישט סעקולער, אפילו מען האט אראפגענומען די מזוזות, ווייל מ'לערנט דארטן אידישע לימודים פון דער תורה, דעריבער טארן זיי נישט באקומען רעגירונג שטיצע, וואס די סאטמארער האבן אופגעוויזן אז די שולע איז אפען אויך אין יידישע ימים טובים אין ווי דער אסימילירטער סופעראיטענטעד האט דעקלערט מיר האבן שווער געארבעט אויסצורייסן דעם באשעפער'ס נאמען פונעם סקול , סופרים קארט אורטייל
אין אמת'ן מוז אנגעמערקט ווערן אז ר' אהרן האט איבערבעטן קאשוי רב אבער קאשוי רב האט אים מוחל זיין אויף די פערזעהנליכע באליידינגונגען ווייל ער האט גענטפערט אז ער האט זיך ווייניג צוקראצט פון זיינע טשעפערייען דער עיקר איז די כפירה וואס ווילאנג ער פארמאכט נישט די סקול דיסטריקט קען ער אים נישט מוחל זיין. זיין פעטער ר' מאטעלע האט ער קיינמאל נישט איבערגעבעטן פארן אים אנרופן דער פראפשענעל בעל מוחאה אבער יענער איז דאך געגאנגען צו זיינע שמחות אלסן כבוד פון זיין ברודער ר' אהרןס שווער, ביז די קארט קעיסעס וואס די ארונים האבן נישט געוואלט ארויסגיין פון קארט האט ער אויך צוריק אפגעשניטן מיט אהרן, אבער צו די שמחות (אמווייניגסטנס צו די קינדערס חתונות) באטייליגט ער זיך נאך אויף א רעגלמעסיגן סטאטוס.
אין דער ענדע, שווערע פארדרייטער לעגאלע קאמפן און פאליטישע דרוק צו שפילן זיך מיט די ווערטער פון געזעץ, האט דער קרית יואל סקול דיסטריקט באזיגט אלע אירע שעטערערס, אבער מיט א פעטן פרייז פון פאליטישע שונאים מבית ומבחוץ.
דארטן ווערן אויפגעהאלטן הונדערטע קינדער וואס באקומען הילף און בילדונג דורך פראפיסיאנלע לערערס, פון דעם קרית יואל אומגעגנט