אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "װיקיפּעדיע:זיי דרייסט אין פארבעסערן ארטיקלן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
שורה 20:
עס איז גוט צו זיין דרייסט. ביטע נעמט אבער אין אכט: דאס מיינט נישט אז איר זאלט מאכן ברייטע ענדערונגען און מעקן גאנצע חלקים אויף לאנגע ארטיקלען ווי מען האט שוין לאנג ארומגערעדט און עס איז דא אויף דעם אן אלטע היסטאריע. אין די פעלער, מאכט אלץ זיכער אז אייערע ענדערונגען זענען ריכטיג און פאסיג.
 
צו מאל זענען דא ארטיקלען וואס זענען געשריבן און געטוישט געווארן נאך לאנגע און ברייטע דיסקוציעס צווישן פילע באנוצער מיט פארשידענע מיינונגען. אן אומפארזיכטיגע ענדערונג וועט זיין דאס גלייכן ווי טשעפען מיט א [[בינען נעסט]].
 
אויב ווילט איר ענדערן אויף א קאנטראווערסיעלע נושא איז ראטזאם צו ליינען קודם דעם גאנצן ארטיקל מיט דעם רעדן בלאט און אויך איבערצוקוקן דעם בלאט'ס געשיכטע אויף צו פארשטיין וואס דער ארטיקל איז שוין דורכגעגאנגען און וואס זענען די פארשידענע מיינונגען פון די וואס האבן אין איר אנטייל גענומען.