אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קרית יואל סקול דיסטריקט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 5:
דער היתר האט געגעבן דער רב פון [[קרית יואל]] ר' [[אהרן טייטלבוים]] און זיין טאטע דער פריערדיגער [[משה טייטלבוים|סאטמארער רבי]], אז היות די דאזיגע אנטשטאלט איז גענצליך אויפגעהאלטן דורך דער [[רעגירונג]], זענען די אידן דארט בלויזע ארבעטער און זענען נישט אחראי אויף די ווירטשאפט פון דער שולע, פונקט ווי איינער זאל ארבעטן אין א [[פאסטאמט]] אדער סיי וועלכער גויאישע אנטשטאלט.
 
אנטקעגן דעם האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט גרויסע מחאות און קאמפן גרויסע רבנים און רעביס. ר' [[מאטעלע וויזניצער]], ר' [[יחזקאל ראטה]], ר' [[אברהם לייטנער]] דער סאלקער רב ר' [[אליעזר פיש]], הגאון רבי [[רפאל בלום]] קאשויער רב, רבי [[יודל גרובער]], און אלע רבנים פון די בני יואל. איבער די מיינונג פונעם גאב"ד ירושלים רבי [[משה ארי'אריה פריינד]] זענען דא צוויי דעות, אין דעם קונטרס [[דבריהם הן הן זכרונם]] ארויסגעגעבן דורך זיין שוואגער רבי [[מענדל טארים]] ווערט געשריבן אז ער איז געווען שטארק דערקעגן און אויך געשריבן א בריוו און זיך אויסגעדרוקט גאר שארף אקעגן דעם רב ר' אהרן טייטלבוים, פון די אנדערע זייט איז דא א בריוו פון איהם ווי ער ציהט צוריק פו וואס ער האט געשריבן, און אזוי אויך האט ער אויפגענומען דעם רב פון קרית יואל אויף א שיינעם באזוך אויך נאכן זאגן די מכלומר'שטע מימרא.
 
פון די אנדערע זייט זענען דא שטארקע רבנים וגדולי תורה וועלכע האבן זיך צוגעשטעלט צום מיינונג פונעם סאטמאר'ן רבי'ן ובנו דער קרית יואל'ער רב אז עס איז להלכה נישט קיין שום פראבלעם, ווי הגאון רבי משה ניישלאס דער רב פון סקווירא וועלכער האט געשריבן א בריוו אז ער האט פערזענליך באזוכט אין דעם מוסד און עס איז ניטשט דא קיין שום חשש, אויך הגאון רבי נתן געשטעטנער בעל להורות נתן פון בני ברק וועלכער האט געשריבן א תשובה להלכה להיתר, הגאון רבי משה שטערנבוך ראב"ד פון די עדה החרדית, און אזוי איז אויך די מיינונג פון הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער בעל שבט הלוי.
שורה 11:
דער רב פון קרית יואל האט דעמאלטס געהאלטן אין איין שרייען אז ער איז מוכן ומזומן זיך מפלפל צו זיין מיט יעדעם איינעם איבער דעם ענין און אויפווייזן זיין גערעכטיגקייט עפ"י הלכה, און קיינער איז נישט געקומען צו איהם זיך טענה'ען און הערן זיין מיינונג, וואס דאס וואלט געווען די מינימאלסטע זאך צו קומען צום לאקאלן שטאט'ס רב און הערן וואס ער האט צו זאגן.
 
למעשה, קוקט דאס איז ווי א געהעריגער [[אידישער]] [[חדר]] אדער [[סקולשולע]], טרעפנדיג זיך אויסריידן אויף יעדער זאך פארוואס עס איז [[לעגאל]] אויסגעהאלטן, צום ביישפיל פאר [[פסח]] לערנט מען מיט די קינדער [[יציאת מצרים]] מיטן אויסרייד אז עס איז "[[היסטאריע]]" און נישט דוקא [[רעליגיע]].
 
אויך האבן קעגן דעם געקעפמט די גאר פרייע [[ליבעראל]]ע אידן וואס האסן רעליגיע, זיי האבן געטענה'ט פונקט פארקערט פון די קנאים, אז דאס איז נישט סעקולער, אפילו מען האט אראפגענומען די מזוזות, ווייל מ'לערנט דארטן אידישע לימודים פון דער תורה, דעריבער טארן זיי נישט באקומען רעגורינגרעגירונג שטיצע, וואס די [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] האבן אופגעוויזן אז די שולע איז אפען אויך אין יידישע [[יום טוב|ימים טובים]] אין ווי דער [[אסימילירט]]ער סופעראיטענטעד האט דעקלערט ''' מיר האבן שווער געארבעט אויסצורייסן דעם [[באשעפער]]'ס נאמען פונעם סקול''' , [http://supct.law.cornell.edu/supct/html/93-517.ZS.html סופרים קארט אורטייל]<br />
אין דער ענדע, שווערע פארדרייטער לעגאלע קאמפן און פאליטישע דרוק צו שפילן זיך מיט די ווערטער פון געזעץ, האט דער קרית יואל סקול דיסטריקט באזיגט אלע אירע שעטערערס, אבער מיט א פעטן פרייז פון פאליטישע שונאים מבית ומבחוץ.
 
דארטן ווערן אויפגעהאלטן הונדערטע קינדער וואס באקומען הילף און עדיוקעשיןבילדונג דורך פראפיסיאנלע לערערס, פון דעם קרית יואל אומגעגנט.
 
{{חסד}}