אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שטריימל (בלאג)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 09:46, 18 אויגוסט 2006

שטריימל איז א בלאגער אויף זיין וועב סייט A Chasid A Heretic

ווי דער נאמען זאגט איז ער אן אפיקורס אבער ער וואונט נאכאלס צווישן די פרומע אידן אין וויליאמסבורג, און דאס צווינגט אים זיך אויסצוגעבן אויפן אינטערנעט, צו פארגרינגערען זיין צוויי פאכיג לעבן ווי א טאטע מיט א שטוב פון פרומע קינדער, אבער ווי ער שרייבט שלאגט ער זיך מיט די טעגליכע נסיונות וואס ער דארף זיך באהאלטן.

ער האט אפען באשריבן זיינע קינדערישע יארן וויאזוי ער האט געכאפט פעטש פון זיין טאטען און אנטלאפן פון שטוב.

אויך האט ער שיין באשריבן זיין ערשטן אינטימע טרעפונג מיט א פרעמדע פרוי, אויף דעם האבן אים די ליינער קריטיקירט, אז ער איז נישט קיין אפיקורס נאר א פשוטער מנובל.

אויך האט ער באשריבן זיין ערשטן עסן פון טריפה און זיין עסן אין יום כיפור.

זייענדיג א אידישע בלאג, מעסט מען אים קעגן די טאטע פון די אלע בלאגס: קטלא קניא וואס איז בלי ספק מער ראפינירט און מער תלמוד חכם ווי שטריימל, אבער אנדערשט ווי קטלא קניא, איז ער גאר ווייט פון בייסיק און האסליך, ער שרייבט מיט שטארקע ליבע און עמאציע וואס באטרעפט טיעף אין יעדן פון זיינע ליינער וואס האבן אויך די זעלבע ספיקות און נסיונות.

ער איז שוין געווען באשריבן אין ניו יארק טיימס און אין אנדערע פרעסטיזשפולע פרעסע ארטיקלן איבער ארויסגעפאלענע חסידים צום מאדערענעם לעבנסשטייגער וואס לעבן ווייטער צווישן די גאר פרומע באהאלטענערהייט.