אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מארד פון לייבי קלעצקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 20:
 
==ערפינדונג און ארעסט==
[[טעקע:Aron1.JPG|קליין|200px|לוי אראן ביי זיין ערשטער ערשיינונג אין געריכט]]נאך יענעם פארטאגס, בערך האלב 3 אזייגער, האבן די ניו יארק סיטי פאליציי זיך אראפגעלאזט צו אראן'ס הויז און ברוקלין, אויף איסט 2, און עוועניו סיC, אויפן דריטן בוידעם שטאק ווי אראן האט געוואוינט אליינס, זיי האבן אריינגעשטורעמט אונעם הויז, און געזען אראן זיצן אויפן קאוטש, די פאליציי האט גראד אויסגעשריגן "ווי איז דער אינגל!?", אראן האט געשאקלט מיטן קאפ צום קאך, דארט אין קאך האט זיך אנטפלעקט א גרויליקער סצענע, גרויסע בלוטיגע מעסערס מיט א שנייד-טאוועל, אינעם פרידשידער האבן זיי געפונען די צישניטענע פיס פונעם קינד. אראן האט אויך אויסגעזאגט פאר די פאליציי אז דער אנדערער טייל פונעם קערפער האט ער אוועקגעשליידערט און א מיסט קאסטן און די [[סאנסעט פארק]] געגנט און ברוקלין, די פאליציי זענען אהין אראפ געפארן און טאקע געטראפן די קערפער און א פלאסטישער גארביטש בעג אריינגעלייגט און א רויטער רענצל.
 
אראן האט נאך יענעם טאג זיך מודה געווען און די מארד, און לויט זיין ווערסיע האט ער דערשטיקט דאס קינד מיט א האנדטוך, און דערנאך צושניטן די טויטע קערפער.