אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מארד פון לייבי קלעצקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:Leiby1.JPG|קליין|350px|לייבי קלעצקי לערנט [[תורה]] אין חדר]]'''לייבי קלעצקי''' איז געווען א 9 יעריג [[חסידיש]] אינגעל, פון [[בארא פארק]] [[ברוקלין]] [[ניו יארק]] דערמאראדעט געווארן דעם 12טן יולי, 2011. די פאליציי האבן ארעסטירט א אידישן פארשוין, [[לוי אראן]], א 35 יעריגער אפגע'גט'ער איינזאמער מאן, וואס האט אויך געוואוינט אין די זעלבע געגנט, און האבן אים באשולדיגט מיטן מארד. טיילן פון לייבי'ס קערפער האט געטראפן ביי לוי אראן אין שטוב.
 
==די פארשווינדעש און מאסיווער זוכעניש==
[[טעקע:Flyer1.JPG|קליין|200px|פלוג בלעטעל פון די ניו יארק סיטי פאליציי איבער דעם פארלוירענעם קינד]]דאס קינד איז פארשווינדן געווארן, מאנטאג 11טן יולי, 5 אזייגער נאכמיטאג, נאכדעם וואס ער האט זיך אפגעשמועסט אז ער וועט זיך טרעפן מיט זיין מוטער אויפן גאס, אהיימגייענדיג פון דער באיאנער חדר, אויף 12'טע עוועניו אין דער 44'סטער גאס, דאס קינד איז אבער קיינמאל נישט אנגעקומען.
 
בערך 7 אזייגער האבן די עלטערן אנגעהויבן צו פאניקן און אלאראמירט די חברה שומרים פון בארא פא[[טעקע:בײַשפיל.jpg]]רקפארק. נאך אין יענעם נאכט האבן די שומרים מיט די הילף פון אידישע וואלאניטערן פון די געגנט, האבן אנגעהויבן א מאסיווער זוכעניש איבער די גאנצע אומגעגנט פון בארא פארק.
 
דורכאויס די ערשטע נאכט האט מען גענישטערט אלע הויפן פון הייזער, אונטער אויטאס, מיסט קאסטנס, אראפגערופן געשעפט אייגנטומער זאלן עפענען זייער געשעפטן צו זען אפשר איז נישט דאס קינד פערצופאל אויסגעשפארט געווארן, אבער די נאכט איז פאריבער אן קיין שפיר פון דאס קינד.
שורה 15:
ווי די פילע קאמערעס האבן געוויזן, האט זיך אנגעהויבן צו ארויסשטעלן, אז דאס קינד האט זיך פשוט פארבלאנדזשעט, און פאר בערך א האלבע שעה האט ער זיך ארומגעדרייט אויף דער גאס נישט וויסנדיג וויזוי אהיים צו גיין.
 
[[טעקע:Camera.JPG|קליין|200px|איינע פון די סורוועלענס קאמערע ווי לייבי בלאנדשעט]]דער לעצטער קאמערע בילד איז דער איינער וואס האט עווענטועל ערפינדן דעם אנגריפער און דעם דערמארדעטן קינד. אויפן קאמערע זעהט מען ווי קלעצקי דרייט זיך אהין און צוריק ביים ווינקל פון 18'טע און 45'סטער גאס, און וויסט נישט ווי צו גיין, ביז א געבערדלטער מאן גייט פאריבער - ווארשיינליך אראן - און דאס קינד גייט צו צי דעם פארשוין, קלעצקי פאלגט נאך דעם פארשוין אפאר פיס ביז זיי קומען אן צו א געוויסער דענטיסט אפיס אויך יענעם גאס, דער פארשוין גייט אריין אינעם דענטיסט אפיס, און קלעצקי ווארט פאר אים אינדרוין פאר בערך 8 מינוט. דער מאן קומט ארויס זעצט זיך אריין צוזאמען מיט קלעצקי אין א גאלדענע קאר.
 
שפעט יענעם נאכט, שוין מיטוואך פארטאגס, האבן די פאליציי צוזאמען מיט די FBI - וואס איז אריינגעשלעפט געווארן אדאנק געהיימע אינטערווענצן פון דעם לאקאלען אידישן קאנגערסמאן זשעראלד נאדלער - נאכגעזוכט דער אייגנטומער פון דעם דענטיסט אפיס, וואס האט געוואוינט אין [[ניו דשערסי]], און דער סעקרעטאר, דער סעקראטאר האט באשטעטיגט אז אראן איז זייער פאציענט, און ער איז יענעם נאכמיטאג אריינגעקומען באצאלן א ביל, זיי האבן איבערגעגעבן דעם פונקטליכן אדרעס פון אראן. אויך האבן די חברה שומרים געוואויר געווארן די לייסענס פלעיט נומער פון דעם גאלדענעם קאר, וואס האט אויך באשטעטיגט אז עס געהער פאר אראן.
 
==ערפינדונג און ארעסט==
[[טעקע:Aron1.JPG|קליין|200px|לוי אראן ביי זיין ערשטער ערשיינונג אין געריכט]]נאך יענעם פארטאגס, בערך האלב 3 אזייגער, האבן די ניו יארק סיטי פאליציי זיך אראפגעלאזט צו אראן'ס הויז און ברוקלין, אויף איסט 2, און עוועניו סי, אויפן דריטן בוידעם שטאק ווי אראן האט געוואוינט אליינס, זיי האבן אריינגעשטורעמט אונעם הויז, און געזען אראן זיצן אויפן קאוטש, די פאליציי האט גראד אויסגעשריגן "ווי איז דער אינגל!?", אראן האט געשאקלט מיטן קאפ צום קאך, דארט אין קאך האט זיך אנטפלעקט א גרויליקער סצענע, גרויסע בלוטיגע מעסערס מיט א שנייד-טאוועל, אינעם פרידשידער האבן זיי געפונען די צישניטענע פיס פונעם קינד. אראן האט אויך אויסגעזאגט פאר די פאליציי אז דער אנדערער טייל פונעם קערפער האט ער אוועקגעשליידערט און א מיסט קאסטן און די [[סאנסעט פארק]] געגנט און ברוקלין, די פאליציי זענען אהין אראפ געפארן און טאקע געטראפן די קערפער און א פלאסטישער גארביטש בעג אריינגעלייגט און א רויטער רענצל.
 
אראן האט נאך יענעם טאג זיך מודה געווען און די מארד, און לויט זיין ווערסיע האט ער דערשטיקט דאס קינד מיט א האנדטוך, און דערנאך צושניטן די טויטע קערפער.