אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סידור בעש"ט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
דאס '''סידור בעש"ט''' איז א סידור אין כתב־יד פון וואס דער [[בעל שם טוב]] האט געדאווענט. און דערין אריינגעשריבן פארשידענע הזכרות.
 
דאס סידור ליגט אין דער ליובאוויטשער ביבליאטעק אין [[770 (ליובאוויטש)|770]] פארשפארט, צוליב וואנדערנישן וואס די צייטן האבן געברענגט.
די סקווערער חסידים טענה'ן אז עס געהערט היינט צוטאגס פארן [[דוד טווערסקי|סקווערער רבי'ן]].
ווי באקאנט האט רבי יצחק מסקווירא גע'ירשנ'ט פון זיין שווער ר' צבי הערש מסקווירא, עטליכע חפצי ירושה פונעם הייליגן בעל שם טוב, זייענדיג פון די נענסטע יורשים.
שורה 17:
אגב, דער ר' איטשע ליפסאן, האט געהאט א פאר תפילין וואס האט אנגעהערט צום הייליגן [[דגל מחנה אפרים]], וואס ער איז געווען א אייניקל זיינע, האט ער דאס אוועקגעשאנקן פארן סקווערער רבי ר' יעקב יוסף טווערסקי זצוק"ל. אט די תפילין איז געווען גאר גאר א גרויסע חשיבות, זייענדיג פון די אויסגערימטע סופר ר' אפרים סופר, וואס דער הייליגער בעל שם האט גענוצט זיין ארבעט, און אזוי נאך עהם אלע אייניקלעך פון בעל שם, ביזן צווייטן וועלטס קריג, האבן גענוצט נאר די תפילין וואס איז געשריבן אדער דורך ר' צבי דער סופר פונעם בעל שם, אדער ר' אפרים וואס זיינע תפילין איז וואונדערליך געשריבן געווארן אז עס ווערט קיינמאל נישט אלט, און קוקט אויס ביזן היינטיגן טאג ווי ממש נעכטן געשריבן.
 
אין יאר תשנ"א, ווען ר' [[אהרן מנחם מענדל טווערסקי]] האט בשליחות פונעם פאטער מנחם אבל געווען דעם ליובאוויטשער רבי, נאכן פטירה פון זיין רעבעצין, האט דער ליובאוויטשער רבי אהין געוויזן דעם שליסל פונעם אוצר ווי די סידור ליגט, און ווי ר' אהרן מענדל האט באקומען א באפעל פון פאטער, אז ווילאנג ער וועט עס עהםאים נישט איבערגעבן אין האנט אריין, זאל ער עס נישט נעמען.
 
און מיט דעם איז עס געבליבן דארט אין אוצר ספריית חב"ד אין 770 קרוינהייטס.