אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יוסף מאיר טווערסקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
ת"ט (קאטעגאריע)
וויקילינק
שורה 1:
דער רבי רבי '''יוסף מאיר'ל טווערסקי פון [[מאכניווקא (הויף)|מאכניווקא]]''' איז געווען דער עלטסטער זון ביים רבי'ן רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי פון [[סקווירא]], דער עלטסטער זון פון רבי'ן רבי [[יצחק טווערסקי|איציקל]], כאטש מאיזה סיבה שיהיה האט ער נישט ממלא מקום געווען אין סקווירא, דאך אבער איז ער פאררעכנט געווארן פון צווישן די שענסטע רבי'ס אין דער [[טשערנאבילער גזע]], איבערהויפט האט ער זיך זייער שטארק נאנט געהאלטן מיט זיין פעטער דעם רבי'ן [[דוד טווערסקי פון סקווירא (א)|רבי דוד'ל]] זי"ע און איז פאר אים געווען שטארק נכנע, ער האט געפירט זייער א שארפע פירערשאפט.
 
ר' יוסף מאיר'ל האט געהאט פיר טעכטער, אבער זיינע זין זענען אוועק יונגערהייט. ווען זיין טאכטער איז געווארן א כלה ביי (זיין פעטער) ר' דוד'ל סקווערער, האט אים ר' דוד געזאגט: מיין אנדער מחותן (ר' [[יעקב לייב טווערסקי|יעקב לייב פון טריסק]]) האט אויך נישט געהאט קיין זין איידער ער איז געווארן מיין מחותן. אויך דיר געב איך מיין ברכה אז דו זאלסט זוכה זיין צו א זון. זיין ברכה איז מקויים געווארן [[כ"ד אדר]] [[ה'תרנ"ה]] מיטן געבורט פון ר' אברהם יהושע העשיל. נאכדעם האבן די חסידים פון ר' יוסף מאיר פארזאמלט פאר'ן [[ארון הקודש]] און צוגעזאגט אז דאס קינד וועט ווערן מאכניווקער רבי, אלס סגולה פאר אריכות ימים.