אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פעדעראלע רעזערוו"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 88:
== דער אויסשטעל פון די פעד ==
 
ווען די פעדעראלע רעזערוו איז געגרינדעט געווארן אין 913' אונטער די פעדעראלע רעזערוו אקט האט די רעגירונג געגעבן די אגענטור א ספעציעלע מאכט וועלכע קיין איין אנדערע רעגירונג אפטיילונג פארמאגט נישט, וועלכע איז זעלבסשטענדיקייטזעלבשטענדיקייט פון די רעגירונג. קאנגרעס האט די ענדגילטיגע בעלות אויף די פעד ווייל די פעדעראלע רעזערוו אקט קען געטוישט ווערן דורך זיי. אבער אויף דערווייל אפערירט די פעד גענצליך אליינס און דארף נישט אנפרעגן ביי די רעגירונג בעפאר זי נעמט שריט.
 
די פעד איז א דעצענטראליזירטע אגענטור וועלכע רעפרעזענטירט ביידע זייטן, די רעגירונג און דאס פאלק. די באורד מיטגלידער רעפרעזענטירן די אינטערעסן פון די רעגירונג און די פרעזידענטן פון די ראיאן אפטיילונגן רעפרעזענטירן די אינטערעסן פון דאס פאלק. כדי די אגענטור זאל קענען אפערירן גענצליך זעלבסשטענדיגזעלבשטענדיג פון די רעגירונג איז דאס אזוי אויסגעשטעלט געווארן אז די פעד פינאנצירט אירע אייגענע אפעראציעס.
 
די פעד באשטייט פון א זיבן מיטגלידער באורד אוו גאווערנערס וועלכע ווערן אלע געשטעלט דורך דעם פרעזידענט פאר 14 יעריגע טערמינען. די לאנגע טערמינען זענען ספעציעל אזוי אויסגערעכנט אז עס זאל נישט קענען אויסקומען קיין פאל אז איין פרעזידענט זאל קענען שטעלן מער ווי עטליכע מיטגלידער און אזוי ארום וועט די באורד בלייבן פאליטיש באלאנסירט צו יעדע צייט. דער טשעירמאן ווערט אויך געשטעלט דורך דעם פרעזידענט אבער ער באקומט שוין יא נאר א 4 יעריגע טערמין און ווערט ווידער ערוועלט דורך א שטימע אינערהאלב די אגענטור. פארשטייט זיך אז אלע קאנדידאטן דארפן באשטעטיגט ווערן דורכ'ן סענאט נאך שווערע פארהערן צו פארזיכערן זייערע קוואליפיקאציעס.
שורה 168:
== פינאנצירונג ==
 
ווי דערמאנט אפערירט די פעד גענצליך אלס א זעלבסשטענדיגעזעלבשטענדיגע אגענטור און כדי דאס צו קענען עררייכן פינאנצירט זי זיך אליינס און ברויך נישט אנקומען צו קיין הילף פון די רעגירונג.
די הויפט פארדינסטן פון די פעד איז אינטערעסט וועלכע זי פארדינט פון בארגן געלטער פאר די בענק און אויסלענדישע וואלוטע עקסטשעינדזש. א צווייטע קוואל פון פארדינסטן קומט אריין פון אלגעמיינע באנק אפעראציעס וועלכע איז פאנד טראנספערס און קלירן טשעקס. די אלע זאכן קומען מיט א פרייז און זינט די פעד איז די באנק פאר אלע בענק פארדינט זי גוט דערפון.