אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קבלת שבת"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''קבלת שבת''' איז א גרופע פון קאפיטלעך פון תהילים און א פיוט וואס מען זאגט אין שול פרי...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 10:
דער מנהג איז במשך די יארן געווארן פארשפרייט אין רוב תפוצות ישראל, אחוץ אטייל קהילות וואס האבן נישט געוואלט מקבל זיין קיין שום ענדערונגען אין דער נוסח התפילה. ביי אסאך [[אשכנזים]] איז דער מנהג אז דער חזן שטייט אויפן [[באלעמער]] ביי קבלת שבת, און נישט פארן עמוד. אנדערע טענה'ן אז דאס איז א זכר אז דער מנהג פון קבלת שבת געהערט נישט צום סדר פון דאווענען.
 
==אינהאלט פון קבלת שבת==
דער עיקר קבלת שבת איז צו זאגן זיבן קאפיטלעך תהילים כנגד די זיבן טעג פון דער וואך, אבער פאר קאפיטל צ"ב ('מזמור שיר ליום השבת') זאגט מען (אדער זינגט מען) דעם פיוט 'לכה דודי'. דער אינהאלט פון די קאפיטלעך באשרייבט דאס מלכות פונעם אייבערשער איבער דער וועלט און די באשעפענישן, דורך עטלעכע אויסדרוקן פון שמחה און לויב. דער אינהאלט פון 'לכה דודי' איז דער שבת, דער חורבן פון [[ירושלים]] און האפענונג פאר דער [[גאולה]].