אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן האלבערשטאם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 11:
==רבנות==
 
אין יאר [[ה'תרי"ז]] איז רבי אהרן אויפגענומען געווארן דורך זיין פאטער דער צאנזער רב, אלץ [[קרייז]] <small>(גליל)</small> רב פון צאנז.
 
נאך דער פטירה פון זיין פאטער דעם צאנזער רב, האט זיך געשאפן א דיסקוסיע איבער דעם צאנזער רבנות. זיין ברודער [[יחזקאל שרגא האלבערשטאם|דער שינאוואער רב]] האט געהאלטן, אלס עלטסטער זון, געהערט דאס רבנות צו אים, דערגעגן '''רבי אהרן''' האט געהאלטן אז וויבאלד אין די לעצטע יארן ביים פאטער'ס לעבן האט ער געפירט דאס גאנצע רבנות, געהערט דאס אים. נאך איין יאר אומגעפער האט איינער געשריבן א שענדליכן ארטיקל אין דער צייטונג געגן שינאוואער רב, האט דער שינאוואער רב געזאגט '''אז מען לייגט שוין אין די צייטונגען וועל איך גיין''', און ער האט דאן פארלאזט די שטאט [[צאנז]]. אין א געלעגנהייט שפעטער איז דער שינאוואער רב געווען אין צאנז, איז ער געווען באזוכן דעם ברודער '''רבי אהרן''' , שמועסנדיג אין לערנען, האט דער שינאוואער רב געגעבען א קלאפ אין [[טיש]], אז ער איז [[מוחל]] אויף דעם רבנות.
 
==הסתלקות==