אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הארץ אטאקע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.5.1) (באט צוגעלייגט: hi:हृदयाघात
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:Heart attack diagram.JPG|leftלינקס|230px]]
 
'''הארץ אטאקע''' איז ‫אַן [[wikt:אַקוטע|אַקוטע]] [[אינפֿאַרקציע]] פֿון [[הארצמוסקל]] (AMI אָדער, מער געוויינטלעך צווישן [[דאקטאר|דאָקטוירים]], MI) איז אַן ערנסטע, פּלוצעמדיקע האַרצקרענק וואָס איז כּולל פֿאַרשיידענע ניוואָען [[ברוסטקאסטן|ברוסטווייטיק]] אָדער אומבאַקוועמקייט, [[שוואַכקייט]], [[שוויצן]], ניט־גוטקייט, [[ברעכן]] און קרומע האַרצריטמען, און דערפֿירט טייל מאָל צום פֿאַרלירן די [[באוויסטזיין|באַוווּסטזײַן]].
שורה 7:
מע שטעלט דעם [[דיִאַגנאָז]] מיט אַ קאָמבינאַציע פֿון דער מעדיצינישער געשיכטע, רעזולטאַטן פֿון [[ע.ק.ג]], און [[הארצענזימען|האַרצענזימען]] (cardiac enzymes). די סאַמע וויכטיקסטע באַהאַנדלונג פֿאַר אַ מיִאָקאַרדיום־אינפֿאַרקט איז צו ווידער אויפֿצועפֿענען די בלוטשטראָם צום האַרץ, דורכן [[טראמבאליז|טראָמבאָליז]] (thrombolysis), דאָס הייסט צעלאָזן די בלוט־[[גליווער|פֿאַרגליווערונג]] אין דער [[ארטעריע|אַרטעריע]] מיט [[ענזים|ענזימען]] (enzymes), אָדער [[אנגיאפלאסטיק|אַנגיאָפּלאַסט]] (angioplasty), וואָס ניצט אַ באַלאָן אויפֿצופּראַלן די אַרטעריע. מע מוז שטרענג אויפֿפּאַסן אויפֿן פּאַציענט אויף אַ ספּעציעלן האַרצאָפּטייל אין [[שפיטאל|שפּיטאָל]] כּדי צו פֿאַרהיטן געוויסע קאָמפּליקאַציעס. מע לייגט אויך אַ טראָפּ אויף צווייטיקע פֿאַרהיטונג (secondary prevention), דאָס הייסט עלימינירן ריזיקעס וואָס קענען דערפֿירן צו ווײַטערדיקע האַרצאַטאַקעס.
== סימפטאמען ==
ווען א מענטש כאפט א הארץ אטאקע דויערט עס עטלעכע מינוטין ביז מען זעט די סימפטאמען, זעלטן קומען זיי זאפארט. ביי רוב מענטשן שפירט מען [[ברוסט פיין]]. די שמערצן קומען פון איסכעמיע (א מאנגל פון [[בלוט]] און [[זויערשטאף]]) אינעם הארץ [[מוסקל]]; דאס רופט מען [[אנגינא פעקטאריס]]. אפט שפירט מען שמערצן אין דעם לינקן [[ארעם]], און אמאל אין דעם אונטער־[[קינבאק]], דעם [[האלץ]], דעם רעכטן ארעם, דעם [[רוקן]], און אין טיילן פון דעם [[בויך]].
 
ווייבער האבן אפט אנדערע סימפטאמען ווי מאנצבילן. די מערסטע געוויינטלעכע סימפטאמען שליסן איין קורצן אטעם, שוואכקייט, און מען שפירט פארמאטערט. טטייל פרויען שפירן מיד, שלאפן נישט גוט און האבן א קורצן אטעם ביז א חודש איידער זיי כאפן א הארץ אטאקע.
 
[[קאַטעגאָריע:קרענק]]