אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חנוכה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: ta:அனுக்கா; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 30:
== דער נס פון זיגן דעם קריג ==
 
חנוכה איז באשטימט סיי פאר א אנדענקונג וואס האט פאסירט מיט דעם אויל, סיי א אנדענקונג פון דעם קריג וואס די חשמונאים האבן געזיגט קעגן די גריכן, די מעשה ווערט געשילדערט מיט אלע דעטאלן אין [[מגילת תענית]] און אויך אין [[מגילת החשמונאים]]. אלס אנדענק פונעם נס צינדט מען אן די חנוכה ליכט, און אלס אנדענק פון זיגן קעגן די גריכן זאגט מען [[הלל]] און [[על הנסים]].
 
די סיבה שטייט עטלעכע טעמים אין די מפורשים. קודם וויבאלד לויט די געזעצן פון דער תורה האבן די חשמונאים נישט געטארט נעמען דאס אידישע קעניגרייך, ווייל דאס אידישע קעניגרייך געהערט בלויז פאר [[מלכות בית דוד]], ווער עס קריגט אויף דעם קעניגרייך פון בית דוד איז ווי גלייך ער קריגט אויף דער שכינה. אזוי שטייט אין רמב"ן פרשת ויחי אויפן פסוק לא יסור שבט מיהודה. אבער אין של"ה שטייט אז די כוונה פון די חשמונאים איז געווען צום גוטן, זיי האבן געמאכט א גרייז.
שורה 36:
דער חתם סופר זאגט אז וויבאלד די חשמונאים האבן פארכאפט דאס קעניגרייך פון [[בית דוד]], און ר' [[יהודה הנשיא]] איז געווען פון די אייניקלעך פון בית דוד, האט עס איהם זייער געאהרט, פארוואס זיי האבן דאס געטוהן דעריבער ווערט חנוכה כמעט נישט דערמאנט אין משניות.
 
נאך אן אורזאך, וואס עס ווערט געברענגט פון די היסטאריקער, פארוואס דער אנדענק און פייערונג פון חנוכה איז דוקא נאר נאך די נס פון דער מנורה און נישט נאך די זיגן קעגן די גריכן, ווייל למעשה דורכאויס די היסטאריע פון די אידן ביז דאן זענען געווען פולע זיגן וואס די אידן האבן געהאט קעגן זייערע פיינט, און בלויז צוליב דעם זיג האבן די חכמים נישט געפונען פאר וויכטיק צו גרינדן א ספעציעלן יום טוב פאר אלע דורות אינעם יארטאג, אבער וויבאלד אין יענער עפאכע זענען געווען פולע אידן וואס זענען געווען אסימילירט וואס האבן זיך גערופן העלעניסטן און דער נס פון דער מנורה איז געווען אזא סארט אויסערגעווענליכער וואונדערליכער נס וואס דאס האט געברענגט צו דעם אז פולע אידן האבן זיך צוריקגעקערט צום פרומען וועג, און נאכאמאל געקומען מאסנסווייז מקריב זיין קרבנות אין בית המקדש, ממילא איז עס געווען ווי א ווידערבאנייונג פון דעם אידישן פאלק און איר גלויבן.
 
== רמזים ==
שורה 137:
[[sr:Ханука]]
[[sv:Chanukka]]
[[ta:அனுக்கா]]
[[tl:Ḥanuka]]
[[tr:Hanuka]]