אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הגדה של פסח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: gl:Hagadá
אין תקציר עריכה
שורה 137:
דָּבָר אַחֵר. חוץ די אלע דרשות וואס מיר האבען פריער געלערענט איז דא נאך א פשט, ווייל צו קענען דרש'ענען די פריערדיגע דרשות וואלט געווען גענוג ווען עס שטייט "ביד" און נישט "חזקה", "בזרוע" און נישט דער ווארט "נטויה" און אזוי אויך אלע אנדערע דרשות, און וויבאלד עס שטייט ביי אלע דרשות טאפעלטע לשונות קען מען דרש'ענען פאר יעדן ווארט צוויי זאכען, וועל איך זאגען אז יעדער ווארט איז א מכה, און איך וועל זאגען בְּיָד חֲזָקָה וויבאלד עס שטיט א טאפעלטע לשון וועל איך זאגען שְׁתַּיִם, אז עס איז א רמז אויף צוויי מכות, וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה וויבאלד עס שטיט א טאפעלטע לשון וועל איך זאגען שְׁתַּיִם, אז עס איז א רמז אויף נאך צוויי מכות, וּבְמוֹרָא גָּדוֹל וויבאלד עס שטיט א טאפעלטע לשון וועל איך זאגען שְׁתַּיִם, אז עס איז א רמז אויף נאך צוויי מכות. וּבְאֹתוֹת וויבאלד עס שטיט א לשון רבים ("אותות" און נישט "אות") וועל איך זאגען שְׁתַּיִם אז עס איז א רמז אויף נאך צוויי מכות. וּבְמֹפְתִים וויבאלד עס שטייט א לשון רבים ("מופתים" און נישט "מופת") וועל איך זאגען שְׁתַּיִם, אז עס איז א רמז אויף נאך צוויי מכות, אֵלּוּ עֶשֶׂר מַכּוֹת צוזאמען איז שוין מרומז די צעהן מכות שֶׁהֵבִיא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עַל הַמִּצְרִים בְּמִצְרַיִם, וואס דער אייבערשטער האט געברענגט אויף די מצריים אין מצרים וְאֵלוּ הֵן וואס זיי זענען: דָּם. צְפַרְדֵּעַ. כִּנִּים. עָרוֹב. דֶּבֶר. שְׁחִין. בָּרָד. אַרְבֶּה. חֹשֶׁךְ. מַכַּת בְּכוֹרוֹת:
 
רַבִּי יְהוּדָה הָיָה נוֹתֵן בָּהֶם סִמָּנִים: רבי יהודה האט געגעבן סימנים צו די מכות און זיי זענען דְּצַ"ךְ עֲדַ"שׁ בְּאַחַ"ב: ער האט דווקה צוטיילט די מכות אויף דער אופן, ווייל די צעהן מכות זענען געווען איינגעטיילט אין דריי, די ערשטער צוויי מכות האט מען געווארענט פרעה פאר דעם, און די דריטע נישט, די פערטע און די פיפטע האט מען יא געווארענט און די זעקסטע נישט, די זיבעטע און די אכטע האט מען יא געווארענט און די ניינטע נישט, דערפאר האט רבי יהודה זיי אזוי איינגעטיילט. דערדי צענטע מכה האט ער צוזאמען געשטעלט מיט דידער לעצטעלעצטער גרופע, כדי אז ער זאל נישט זיין אליין, ווייל ווען ער איז אליין קען מען איהםאים נישט ליינען.
 
סיומא דמלתא: מיט דעם האבעןהאבן מיר געענדיגט די דרשות חז"ל פון די פסוקים, יעצט ברענגט דער בעל ההגדההגדה פון חז"ל, אז אין יעדער מכה איז מרומז נאך און נאך מכות, און מיט דעם ענדיגט זיך די מצוה פון סיפור יציאת מצרים. דערנאך הייבען מיר אהן צו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטען פאר די אלע טובות וואס ער האט אונז געטוהן. אלץ א הקדמה ברענגט דער בעל ההגדה דעם "כמה מעלות טובות למקום עלינו", צו ווייזען אז אפילו אויף איין טובה אליין וואלטען מיר געדארפט דאנקען און לויבען דעם אייבערשטען, איז אוודאי און אוודאי אויף די אלע טובות וואס ער האט אונז געטוהן דארף מען אוודאי און אוודאי דאנקען און לויבן, און וועגען דעם זאגען מיר באלד דערנאך הלל. עס איז וויכטיג צו באמערקען אז דער טעם פארוואס דער בעל ההגדה ברענגט אראפ [[רבן גמליאל]] איידער מען זאגט דעם הלל, איז ווייל דאס וואס מיר דאנקען דעם אייבערשטען אויף דעם נס פון יציאת מצרים, כאטש מיר זענען דאך נאך היינט אין גלות, איז ווייל "חייב אדם לראות את עצמו כאלו הוא יצא ממצרים", און דאס האט מען דאך פריער ארויסגעלערנט פון "בעבור זה עשה ה' לי" וועגען דעם וויל דער בעל ההגדה מקדים זיין די דרשה פון רבן גמליאל, ווי ער דרש'ענט דעם פסוק "בעבור זה" אז דאס גייט ארויף אויף די מצוות הלילה פון "פסח מצה און מרור".
 
 
[[קאַטעגאָריע:פסחליל הסדר]]
 
[[en:Haggadah of Pesach]]