אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יחזקאל שרגא מערץ"

קיין רעדאקטירונג רעזומע
{{יתום}}
הרב '''יחזקאל שרגא מערץ''' איז געווען א צדיק תמים בדורותיו, א [[זון]] פון הרב [[זוסמאן מערץ]], וואס זענען געווען גאר געשעצטע לייט ביים חרדישן אידנטום. נאכמער, דער [[פאטער]] ר' זוסמאן איז גאר געווען א אנהענגער פונעם זון, ר' יחזקאל'ע - ווי מ'האט אים גערופן מיט ליבשאפט.
 
דער נאמען ר' יחזקאל'ע מערץ פארציילט אסאך [[היסטאריע]], זייענדיג א איש קדוש מאוד, ער האט זיך געהאלטן פאר א [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] חסיד, ווי ער פלעגט פארן בקביעות אויף יעדן [[שבת חזון]], און אפיציעל איז ער געווען א שטארקער אנהענגער פונעם [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רב, דער [[יואל טייטלבוים|בעל ויואל משה]].
 
די באהאלטענע היסטאריע, איז באזירט איבער זיין פטירה, וואס ווי באקאנט האט ער געלאזט [[צוואה]] אז ער וויל ליגן אינעם [[סקווירא (הויף)|סקווערער [[שטעטל]], און עס האבן זיך פארוויקלט ענינים, ווען די ד"ת האט געפסק'עט אז מען דארף אים לייגן אינעם סאטמארען [[חלקה]] אינעם [[בית החיים]] אין [[ניו דזשערסי]] ממילא איז דאס נישט צושטאנד געקומען.
 
ער האט באזוכט ביים הייליגן [[חזון איש]] און האט זיך משדך געווען מיט ר' [[הערשעלע ספינקער]] און ר' [[צבי הירש רויזנבוים|הערשעלע קרעטשניפער]].
963

רעדאקטירונגען