אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יאסעלע ראזנבלאט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 16:
 
== חזנות ==
גלייך נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן זיין חזנות קאריערע אין [[מונקאטש]], [[אונגארן]] (היינט אין [[אוקראינע]]), אבער שפעטער האט ער פארלאזט די שטאט און איז אריבער קיין [[פרעשבורג]], וואס דארט האט ער ארויסגעגעבן זיין ספר "שירי וסףיוסף" וואס אנטהאלט הונדערט-און-פופציג קאמפאזיציעס אויפן דאווענען.
 
אין יאר [[1906]] איז ער געווארן הויפט חזן אין [[האמבורג]], א שטאט וואס זייער שווער געווען פאר יאסעלע, זייענדיק א איד פון [[מזרח אייראפע]] און נישט געווען געוואוינט צו די מנהגים פון [[דייטשלאנד]] זייער קאלטקייט און פונקטליכקייט איז געווען שווער פאר א חסידישן איד ווי יאסעלע.
שורה 26:
אלע צייטונגען האבן געשריבן וועגן אים ווען די שיקאגא [[אפערע]] האט אים פארגעשלאגן טויזנט דאלער פאר אן אויפטריט אלס אלעזר אין "די יהודייה" צוזאמען מיט רויזע ראזי און ער האט עס אפגעזאגט, ווייל עס פאסט נישט. אבער אין [[טעאטער]] האט ער געזינגען. ער איז פארגעשלאגן געווארן דורך [[ווערנער ברודער]], צו זיין אקטיאר אויפן ערשטע שטום-פילם, "[[דער דזשאז זינגער]]", אבער ער האט אפגעזאגט, מיטן טענה אז עס פאסט נישט פאר א מענטש וואס דאווענט פארן עמוד צו ערשיינען אויף אזעלכע פארוויילונגען, ער האט אבער איינגעשטימט צו זינגען ניגונים וואס זענען נישט פון דאווענען.
 
אין יאר [[1933]] איז ער געקומען קיין [[ארץ ישראל]], ווי מען האט געמאכט א פילם, און ער זינגט ניגונים אויף ארץ ישראל, ווי מען זעט פארשידענע פאנאראמעס פון ירדן, קבר רחל און נאך.
 
== באשרייבונג ==