אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראל הכהן שור"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'ער איז געבוירן אין די שטאט חירוב, גאליציע. ער האט צוערשט געדינט אלס בעל מוסף ביי די רביים ...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 00:25, 2 מערץ 2011

ער איז געבוירן אין די שטאט חירוב, גאליציע.

ער האט צוערשט געדינט אלס בעל מוסף ביי די רביים פון רימאנוב און טשארטקאב, שפעטער האט ער געדינט אלס חזן אין פרעמישלא (פשעמישל), דערנאך אין לעמבערג פון וואו ער איז אריבער קיין שווייץ, און פון דארט איז ער אין יאר תרפ"ד געקומען קיין אמעריקע.

ער איז געווען א חסידישער איד מיט א שיינעם הדרת פנים, און אזוי אויך א גרויסער בעל מחדש פון שיינע קאמפאזיציעס. דאס מערסטע איז באקאנט דאס שטיקל "שיבנה בית המקדש" וואס החזן משה קאסעוויצקי פלעגט שטענדיג זינגען.

ער איז פלוצים געשטארבן אין מיטן א קדיש זאגן זייענדיג בלויז פופציג יאר אלט.