אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר בן יהודה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: mn:Элиэзэр Бэн-Ехуда
שורה 21:
 
אליעזר יצחק האט דאן געשריבן א מאמר צו פאשרפרייטן זיין שיטה אין די אידישע צייטונגען, ער האט עס געשיקט צום [[המגיד]], [[חבצלת]], אבער זיי האבן עס נישט געוואלט אנעמען, זיי האבן געהאלטן אז דאס איז צו שארף מען וועט עס נישט וועלן אננעמען אין די אידישע גאס, אבער אין יאהר תרל"ט האט דער אידישער צייטונג [[השחר]] אנגענומען פון איהם א ארטיקעל מיטן נאמען "שאלה נכבדה". ער האט אונטערגעשריבן זיין נאמען אויף דעם ארטיקל '''א. בן יהודה,''' און דאס איז געווארן זיין משפחה נאמען שפעטער.
 
[[טעקע:Eliezer Ben Jehuda bei der Arbeit.jpg|left|thumb|250px|בײַ דער ארבעט]]
דער ארטיקעל האט אויסגעמאכט א שטארקן רושם אין די אידישע — משכילישע גאס, אינעם ארטיקעל ברענגט ער ארויס די יסודות פון ציוניזם, עס איז געבויט אויף דריי יסודות. 1) עס מאנט פון כלל ישראל אז זיי זאלן נעמען זייער מצב אין דער אייגענער הענט, און זאלן אויפבויען א אייגענע לאנד. 2) מען זאל אנהייבן זיך באזעסן אין ארץ ישראל. 3) מען זאל אויפלעבן די אידישע שפראך אלץ העברייאיש, מען זאל נאר רעדן די שפראך.