אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חנוכה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 3:
 
== שטאַמונג ==
{{שבע}}
ביים צווייטן [[בית המקדש]] ווען די [[יוונים]] האבן געקעניגט איבער [[ארץ ישראל]], האבן זיי ארויסגעגעבן פארשידענע [[גזירות]] אויף די יידן און זיי פארבאטן פון צו פראקטיציערן זייער [[יידישקייט]], און זיי געשטערט פון צו לערנען [[תורה]]. די יוונים האבן זיי בערויבט פון זייער געלט און זייערע טעכטער, און זענען אריין און [[היכל]] און [[טמא|מטמא]] געווען אלע [[טהור|טהרות]], און אונטערדריקט דאס יידישע פאלק, ביז ווען דער אייבערשטער האט זיך דערבארימט איבער זיין יידיש פאלק אין זיי ארויסגעהאלפן פון זייערע הענט און זיי אפגעראטעוועט, און די [[חשמונאים]] די [[כהן גדול|כהנים גדולים]] האבן זיי געזיגט און האבן אוועק געשטעלט א קעניג פון די [[כהן|כהנים]] און צוריק געקערט דעם קעניגרייך צו די יידן פאר איבער צוויי הונדערט יאר ביז דעם [[חורבן]] פון [[בית שני|צווייטן בית המקדש]], דער טאג וואס די יידן האבן געזיגט זייערע פיינד איז געווען פינף און צוואנציג טאג אין חודש כסליו. <ref>לשון הרמב"ם הל' חנוכה פ"ג ה"א ה"ב</ref> געווען איז דאס אין יאָר [[ג'תקצ"ז]] (165 פער די קריסטלעכע צייט-רעכנונג).
 
די חז"ל<ref>מגילת תענית פרק ט', מסכת שבת כ"א ע"ב</ref> דערציילן ווען די [[יוונים]] זענען אריין אין [[היכל]] האבן זיי [[טמא|מטמא]] געווען אלע אייל וואס איז דארט געווען, און ווען די [[חשמונאים]] האבן זיי באזיגט און זענען אריין און היכל, האבן זיי נאכגעזוכט און האבן נישט געפונן נאָר איין קריגעלע אויל, וואס איז נישט געווען טמא, וואס איז נאך געווען פארזיגלט מיט דער [[סטעמפעל]] פון [[כהן גדול]], וואס איז געווען גענוג פונקט פאר איין טאג אָן צוצינדן די [[מנורה]], און ס'איז געשען א [[נס]] און מען האט געצינדן דערפון אכט טעג, ביז מען האט געברענגט פרישע אויל. דאס אנדערע יאר האבן די [[חכמים]] באשטימט און געמאכט די טעג פאר א [[יום טוב]], מיט [[הלל]] און [[הודאה]], וואס ווערט אנגערופן '''חנוכה'''. און וויבאלד דער נס איז געשען מיט די לעכט פון די מנורה , דערפאר האבן די חכמים באשטימט מען זאל צינדן חנוכה-לעכט, צו דערמאנן דעם נס<ref>טור או"ח תרע"א</ref>. אנדערע ראשונים זאגן אז דעם יום טוב האבן די חכמים באשטימט איבער דעם [[נס]] פון זיגן דעם קריג, און וויבאלד ס'איז געדאפלט געווארן דער נס מיט דעם אויל, האבן די חכמים אויך צוגעלייגט מ'זאל צינדן די חנוכה-לעכט, צו דערמאנן דעם נס<ref>ר"י מלוניל שבת כ"א</ref>.
 
== אכט טעג ==