אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הייליגע רוימישע אימפעריע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'די '''הייליגע רוימישע אימפעריע''' (דייטשיש: '''''Heiliges Römisches Reich''''') איז געווען א צוזאמענשטעל...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
די '''הייליגע רוימישע אימפעריע''' ([[דייטשיש]]: '''''Heiliges Römisches Reich''''') איז געווען א צוזאמענשטעל פון ראיאנען און פרייע שטעט אין צענטראלער [[אייראפע]] געהערשט פון א קייסער געווילט דורך די [[פירשט]]ן און מאגיסטראטן פון די אלע ראיאנען און שטעט אין דער אימפעריע.
 
די אימפעריע האט אנגעהויבן אין יאר [[800]] ווען דער מלך [[קארל דער גרויסער]] פון די פראנקען איז געקרוינט געווארן קייסער. נאך זיין טויט איז זיין אימפעריע געווארן געטיילט צווישן זיינע דריי זין. אין [[962]] איז אטא דער ערשטער פון מזרח פראנקיע געווארן דער הייליגער קייסער, און די אימפעריע האט גענומען דעם טיטל "הייליגע רוימישע אימפעריע". ביז דעם [[13טער י"ה|13טן יארהונדערט]] האט די אימפעריע טאקע געהערשט, אבער נאך דעם איז די קראפט אריבער צו די הערצאגשאפטן אין דער אימפעריע. צום סוף איז די אימפעריע נישט געווען מער ווי א נאמען.