אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם יצחק הכהן קוק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 21:
א טייל פון די רעיונות אין "אורות" האבן געברענגט די אויפמערקזאמקייט פון קנאים אין ירושלים, וואס האבן געהאלטן אז עס זענען געשריבן דארט זאכן וואס זענען נישט לויטן דרך התורה. די קנאים האבן ארויסגעגעבן א קונטרס מיטן נאמען ''קול שופר''. דער גרעסטער טייל דערפון איז געווען גאר א שארפער בריוו און חרם אויף רב קוק'ס קונטרס "אורות" מיט דער חתימה פון רבי [[יוסף חיים זאנענפעלד]] און רבי [[יצחק ירוחם דיסקין]].
 
אפילו פון די וואס זענען נישט ארויסגעגאנגען קעגן אים האבן געהאלטן אז ער שרייבט אסאךא סך רעיונות וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויטן דרך התורה, און אז ער איז פארפארן דורך אפטייטשן ענינים אין [[קבלה]] נישט דעם ריכטיגןריכטיקן וועג. בפרט די ענינים אז אין יעדער זאך איז דא א ניצוץ אלקי, און אז מ'דארף דאס מעלה זיין.
 
א פייער פון מחלוקת האט אויסגעבראכן, אין וועלכן פיל יקירי ירושלים זענען געווארן אריינגעכאפט. אויך האבן אסאךא סך רבנים פיןפון אונגארן, און א טייל רבנים פון ליטא געהאלטן מיט די קנאים פין ירושלים.
 
הרב קוק'סקוקס ידיד נפש און תלמיד מובהק, רבי [[יעקב משה חרל"פ]] (וואס זיין פאטער האט געדינט אויפן בית דין פון הרב דיסקין, און ער אליין איז געווען שטארק צוהילף רב דיסקין צו ווערן אנעגענומען ביי אלע קרייזן אין ירושלים) האט געשריבן א קונטרס "טובים מאורות" וואו ער פרובירט צו ערקלערןדערקלערן און אויפווייזן די ריכטיגקייטריכטיקייט פון פילע פון די רעיונות וואס זענען געדרוקט אין "אורות". אנדערע חשובע נאכפאלגער פון הרב קוק זענען געווען דער ירושלימ'ערירושלימער דיין ר' [[צבי פסח פראנק]], ר' [[יחיאל מיכל טוקאטשינסקי]] (אן אור-איידעם פון ירושלימ'ערירושלימער רב ר' [[שמואל סאלאנט]]), ר' צבי דוד הירשביין (פון די זקני חסידי גער אין ירושלים), ר' ישראל פורת, ר' מנחם מענדל פרוש, ר' אייזיק בן טובים, און נאך.
 
די מחלוקת איז געווארן אזוי איבערגעהיצט ביז דער אדמו"ר בעל [[אברהם מרדכי אלתר|אמרי אמת]] פון [[גער]] איז פארבעטן געווארן צו קומען קיין ארץ ישראל און פרובירן איינשטעלן שלום. דינסטאגדינסטיק, ד' ניסן תרפ"א, איז דער בעל אמרי אמת אנגעקומען קיין ירושלים. באלד א חודש צייט איז דער אמרי אמת פארבליבן אין ארץ ישראל, און פילע שעות איז ער געזעסן און אויסגעהערט די טענות פון ביידע צדדים. אויפן שיף פארנדיגפארנדיק צוריק איןקיין [[אייראפע]] האט ער אפגעשריבן זיין מסקנא אויף דער נושא.
 
"רב קוק", האט דער גערער רבי געשריבן, "איז א מאן מיט פילפאכיגעפילפאכיקע טאלאנטן אין תורה און אין נאבעלע מדות, און איז א שונא בצע. זיין ליבשאפט צו ציון פליסט איבער די גרענעצן און דאס ברענגט אים צו 'מטהר זיין טמאים און ברענגען אויף דעם ראיות', וואס דערמאנט פון דעם תנא ר' מאיר וואס חז"ל האבן אויף אים געזאגט אז ער איז געווען א יחיד בדורו און דעריבער איז די הלכה נישט ווי אים."
 
דער אמרי אמת שרייבט ווייטער אז די כוונה פון רב קוק איז ערליךערלעך און לשם שמים. אבער וויבאלד עס קומט ארויס פון געוויסע אויסצוגן א חילול שם שמים האט רב קוק אים געגעבן אן אונטערגעשריבענעם כתב אז ער איז מבטל די אלע זאכן וואס האבן דערצו גורם געווען. ער שרייבט ווייטער אז ער האט דערנאך גערעדט מיט הרב זאנענפעלד און הרב דיסקין, און זיי האבן מסכים געווען צו חתמ'עןחתמען אז זיי זענען מבטל דעם "קול שופר" מיט די חרמים און די פילע באליידיגונגען. דערצו האבן די רבנים צוגעגעבן אז די בריוון און חרמים זענען געדרוקט געווארן דורך קנאים שלא בידיעתם, אבער זיי האבן אויף דעם נישט פראטעסטירט ווילאנג די אויסצוגן בלייבן אין דעם ספר.
 
די קנאים האבן שפעטער גע'טענה'טגעטענהט אז דער כתב פון רב קוק איז נישט גענוג, און דער בריוו מצד די קנאים מבטל צו זיין דעם "קול שופר" איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.
 
==זיין [[פטירה]]==