אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מוח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 44:
בהמות, חיות, און עופות, זענען נישט קיין טראכטערס און זייער מוח טוט נאר ארבעטן זיי צו העלפן געבן זייערע באדערפענישן און זיך פארטיידיגן פון אטאקעס פון אנדערע באשעפענישן.
 
==צענטראלע סיסטעם==
 
דער קאמפיוטער קען היינטיגע צייטן גענוצט ווערן פאר א גוטע ביישפיל צו באגרייפן וואס א מוח דארף אלץ טאן צו זיין דער צענטראלער קאנטראל סיסטעם פונעם קערפער. דער קאמפיוטער איז אבער א פראגראמירטער גולם וועלכע קען נאר טאן דאס וואס מען האט אים אויסגעלערנט צו טאן. עס איז אמת אז פארגעשריטענע קאמפיוטערס קענען טראכטן, אבער זייער טראכטן איז אויך באגרעניצט מיט די אינפארמאציע וואס זיי האבן פון פאראויס.
 
דער מוח איז אויך א פראגראמירטער קאמפיוטער וועלכע קומט מיט יעדע באשעפעניש, אבער זיינע פונקציעס זענען אזוי קאמפלעקס אז נאך איבער 50 יאר פון שטודירן און פראדוצירן ראבאטן האט מען נישט באוויזן צו מאכן אפילו א ברעקל פון א מוח פון א באשעפעניש.
א דורכשניטליכער מענטש קען סטוריזשען און פראצעסן איין [[טעראבייט]] פון [[דאטא]]
 
דער מוח קאנטראלירט אפילו די זאכן וואס מיר טראכטן נישט אז עס דארף א קאנטראל. נאר פאר דעם מענטש צו שטיין גלייך פארלאנגט זיך א מוח דאס צו קאנטראלירן און אנדערש וואלט דער מענטש אראפגעפאלן. יעדעס מאל מען שטרעקט אויס די האנט צו נעמען עפעס אדער שפירן עפעס גייט פאר א מעסעדזשינג סיסטעם פון הונדערטער מעסעדזשעס צווישן די מוסקלן און דער מוח וואס ווערט טראנספערירט דורך די נערוון.
איר הויפט אופגאבעס:
# עס פירט אן די [[אויפיראכץ]].
# שפירט די 5 [[חושים]]
# קאנטראלירט די [[געפילן]]
# [[ניוראן]]'ס
# [[לערנען]]
# [[געדיינקען]].
 
דער מוח טוט הונדערטער אויטאמאטישע פונקציעס אויפאיינמאל ווען אין דער זעלבער צייט טוט עס פאטאגראפירן אלעס ארום זיך דורך די אויגן און אוועק לייגן אין זכרון די אינפארמאציע פאר שפעטערדיגע באנוץ. דער מענטש זעט, הערט, און שפירט מיליאנען שטיקער אינפארמאציע יעדן טאג וועלכער דער מוח טוט אוועקלייגן מיט א סדר און קען דאס צוריק ברענגן צענדליגער יארן שפעטער.
עס איז באהאפטן צו אלע גלידער דורך די [[רוקן ביין]]
 
==באשיצונג פונעם מוח==
דער מוח איז אריינגעשטעלט אינעם צענטער פונעם שארבן איר צו באשיצן פון דרויסנדיגע אימפאקטן. אויסער דעם פארמאגט עס אן אינערליכע באשיצונג סיסטעם וועלכע איז א פליסיקייט וועלכע געפינט זיך נישט אינעם גאנצן קערפער. די פליסיקייט האלט דעם מוח שווימענדיג צו קענען פארנעמען דעם קערפער'ס באוועגונגן.
 
די פליסיקייט איז אויך א טייל פון די עצם מאסע פון דעם מוח און טוט אזוי פארמיידן די צעלן און באשטאנדטיילן זיך צו רייבן און שעדיגן איינע די אנדערע. די זעלבע פליסיקייט באשציט אויך די חוט השדרה וועלכע איז ממש ווי א טייל פונעם מוח און איינע קען נישט ארבעטן אן די צווייטע.
 
די פליסיקייט זעלבסט איז פארשטייט זיך אויך קאנטראלירט דורך דעם מוח וועלכע האלט איר אפגעטיילט פונעם בלוט סיסטעם פאר איר אייגענע צוועקן.
 
 
==פאקטן וועגן דעם מוח==
 
א דורכשניטליכער מענטש קען סטוריזשען און פראצעסן איין [[טעראבייט]] פון [[דאטא]]
 
[[מאן|מענער]] האבן א גרעסערער מח מיט 4 פראצענט ווי [[פרוי|פרויען]].
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/מוח"