אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מוח"

2,783 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 10 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
3) דענדרייטס. דאס זענען די נערוו ענדען וועלכע זענען ווי צווייגעלעך וואס צעשפרייטן זיך און מאכן קאנטאקט מיט אנדערע צעלן צו טראנספערירן אינפארמאציע און איינזאפן איר אייגענע ענווייראמענט.
נערוו צעלן קומען אין אלע סייזעס און פארעמעס. איין איינציגע נערוו צעל ביים שפיץ פינגער קען אויסגעצויגן ווערן צו די לענג פון די הענט. רוב נערוו צעלן אינעם מוח זענען קורצע און מעסטן זיך עטליכע מילימעטער.
 
==הויפט חלקים פונעם מוח==
יעדע מוח, פון דעם מענטש ביז דעם קלענסטן פייגל, איז צוזאמענגעשטעלט פון די פאלגנדע חלקים:
 
• ברעין סטעם - דער חלק איז אויך נאך א טייל פון די חוט השדרה און קאנטראלירט אלע אויטאמאטישע פונקציעס פונעם קערפער ווי די הארץ ראטע, בלוט דרוק, די באוועגונגן פון די הענט און פיס, און דעם גאנצן "אשר יצר" סיסטעם (פארדייען און ארויסגיין).
 
• סערעבעלום – דאס טוט אינטעגרירן אינפארמאציע פון די אויטאמאטישע סיסטעמען און שיקן מעסעדזשעס צו אנדערע חלקים אינעם מוח צו באריכטן אויב אלעס גייט כשורה און אויב נישט וואס דער קערפער זאל טאן דאס צו פאררעכטן.
 
• הייפאטעלעמוס און פיטואיטערי גלאנד – דאס קאנטראלירט די טעמפרעאטור פונעם מענטש, זיינע געברויכן, ווי עסן, טרונקן, און אויך טייל געפילן ווי ליבע, אגרעסיע, און הנאה.
 
• סערעברום – דער חלק איז באקאנט אלס די קארטעקס און איז געמאכט פון פייבער און אנדערע סטרוקטורן. דער חלק פון מוח טוט רעקארדירן אלע חושים, שיקט ארויס מעסעדזשעס פאר אלע סארט מאטאר פונקציעס, קאנטראלירט געפילן, איז מסדר זכרון, און לאזט דעם מוח טראכטן און רעאגירן צו ארומיגע געשעענישן.
 
די קארטעקס איז וואס מאכט א מוח "א מוח". ביי א פיש איז דער טייל גאר קליין און ווערט גרעסער לויט די פונקציעס פון דעם באשעפעניש. ביי א מענטש'נס מוח איז די קארטעקס דער גרעסטער טייל. דער מענטש איז נאר א מענטש וויבאלד ער קען גרייכן מיט זיין מוח וואס א בהמה קען נישט. די קארטעקס קאנטראלירט די מעגליכקייט פון לערנען וואס מיינט די פראצעסירונג פון אינפארמאציע, רעדן, און מבין דבר מתוך דבר.
 
בהמות, חיות, און עופות, זענען נישט קיין טראכטערס און זייער מוח טוט נאר ארבעטן זיי צו העלפן געבן זייערע באדערפענישן און זיך פארטיידיגן פון אטאקעס פון אנדערע באשעפענישן.
 
 
 
563

רעדאקטירונגען