אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אבו מוסאב אל-זארקאווי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט געענדערט: ko:아부 무사브 알자르카위; קאסמעטישע ענדערונגען
מוסולמענער
שורה 1:
'''אבו מוסאב אל-זארקאווי''' ([[20סטן אקטאבער]] 20 1966 - [[7טן יוני]] 7 2006) איז געווען א ירדנ'ער [[טעראריסט]] וועלכער האט אפערירט א מיליטאנטישע טרענירונגס קעמפ אין אפגאניסטאן אינאיינעם מיט [[אסאמע בין לאדען]] און איז באקאנט געווארן נאכדעם וואס אמעריקע האט אים באשולדיגט אין מערערע אטאקעס קעגן אמעריקאנער אינטערסן און טרופן.
 
 
שורה 6:
זיין ריכטיגער נאמען איז געווען אכמעד פאדיל אל-נאזאל אל-קאהאלעלי וועלכער ער האט שפעטער געטוישט צו אבו מוסאב אל-זארקאווי וואס באדייט דער נאמען פון זיין טאט'ן און דער פלאץ פון וואו ער קומט וועלכע איז געווען זארקא. זארקאווי איז געווען א ירדן געבוירענער אין דעם שטאט זארקא וועלכע געפינט זיך בערך 15 מייל פון די הויפט שטאט אמאן.
 
זארקאווי איז אויפגעוואקסן מיט ארימקייט און האט געמוזט אויפגעבן סקול ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט. ביי די 17 יאר איז ער צום ערשטן מאל ארעסטירט געווארן פאר דראגס און אנדערע פארברעכן און איז געזעסן קורץ אין א ירדן טורמע אין די 80'גער1980ער יארן. באלד נאך זיין ארעסט האט ער זיך אנגעשלאסן צו ווערן א מיליטאנט אין אפגאניסטאן מיט די אויפשטענדלער וועלכע האבן געקעמפט די סאוויעטן. למעשה איז זארקאווי ערשט געווען קאמפס גרייט ביי דער צייט די רוסן זענען שוין געווען אינדרויסן פון אפגאניסטאן. זארקאווי האט זיך דארט געטראפן מיט אסאמא בין-לאדען וועלכער איז געווען דער מייסטער פון די אויפשטאנד און האט אנגעקניפט גוטע באציאונגן מיט אים.
 
זעענדיג זיך אן קיין ארבעט איז זארקאווי געווארן א רעפארטער פאר א איסלאמישע צייטונג אין אפגאניסטאן און איז ארומגעפארן איבער אייראפע צוזאמענשטעלן רעפארטאזש. מען גלייבט אז אין יענער צייט האט ער געעפענט זיין טעראריסטישע ארגאניזאציע אל-טאוויד וועלכע האט געצילט אריינצושטעלן אן איסלאמישע רעזשים אין ירדן.
 
אבער ער איז דורכגעפאלן און ביי א באזוך אין ירדן אין 992'1992 האבן די ארטיגע אויטאריטעטן אים ארעסטירט פאר'ן פלאנירן אן אטאקע אונטערצואווארפן די קעניגרייך און אים אריינגעשליידערט אין טורמע וואו ער איז אפגעזעסן די קומענדיגע 7 יאר. אין טורמע איז זארקאווי געווארן ווי א פירער צו אלע ארעסטאנטן כאטש ער האט נישט געהאט קיין שום ספעציעלע קוואליפיקאציעס אדער פירערשאפט כשרונות. ער איז אויפגעוואקסן אן קיין נארמאלע ערציאונג און עס האט זיך שטארק דערקענט אויף אים.
 
אין 999' איז ער ארויס פון טורמע און זיך באלד צוריק געקערט צו טעראריזם און איז געווען א טייל פון א גרופע וועלכע האט פרובירט אויפרייסן די רעדיסאן האטעל אין אמאן וואו אסאך אמעריקאנער און איזראעלישע האבן כסדר גענעכטיגט. די אקציע איז דורכגעפאלן און מען האט ארעסטירט רוב פון די פלאנירער און זארקאווי איז אנטלאפן קיין פאקיסטאן וואו ער האט זיך באזעצט אין א שטעטל נאנט צו די גרעניץ מיט אפגאניסטאן. דארט האט ער אויפגעשטעלט א טעראריסטישע טרענירונג'ס קעמפ וועלכע האט זיך געפינען אריבער די גרעניץ אין אפגאניסטאן וועלכע האט זיך ספעציאליזירט מיט אויפרייס מאטריאל און סם.
שורה 54:
אין מאי 05' איז באריכטעט געווארן אויף אן איסלאמישע וועבסייט אז א דעפיוטי וועט איבערנעמען זארקאווי ווילאנג ער וועט זיך ערהוילן פון זיינע וואונדן. שפעטער יענע וואך האט די איראקער רעגירונג באשטעטיגט אז זארקאווי איז שווער פארוואונדעט געווארן אין אן אטאקע פון אמעריקאנער כוחות וועלכע האבן אפילו נישט געוואוסט אז זארקאווי איז איז זייערע הענט. עטליכע איסלאמישע וועבסייטס האבן גערופן צו בעטן פאר זיין געזונט און עס איז געווען א באריכט אז ער האט פארלאזט איראק מיט צוויי דאקטוירים. נאך א וואך איז דער באריכט צוריק געצויגן געווארן דורך די זעלבע וועבסייט וועלכע האט געזאגט אז דאס איז געווען א טעות און זארקאווי לעבט און איז געזונט.
 
אין סעפטעמבער 2005 איז געווען א באריכט אין די פראנצויזישע צייטונג לא מאנדע אין וועלכע א פראמינענטער מוסלעמענערמוסולמענער פירער האט געזאגט אז זארקאווי איז אומגעקומען אין די ערשטע מאנאטן פון די איראקער קריג דורך א באמבע. יענער האט אפילו געזאגט אז זיין פאמיליע אין ירדן האט אפגעהאלטן א פיונרעל צערעמאניע קורץ דערנאך.
 
אין נאוועמבער איז ווידער געווען א באריכט אז זארקאווי איז אומגעקומען אין אן אטאקע אין מאסול. די מיליטער האט געהאט באשטעטיגט אז 5 מענטשן זענען אומגעקומען פון די אטאקע און דריי אנדערע האבן זיך דארט אויפגעריסן זעלבסמארד. די מיליטער האט קיינמאל נישט אינדענטיפיצירט אלע קערפער און דער באריכט איז געבליבן א פראגע.