אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חנוכה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ [r2.5.2] באט צוגעלייגט: mr:चानुका
אין תקציר עריכה
שורה 3:
 
== שטאַמונג ==
{{שבע}}
 
ביים צווייטן [[בית המקדש]] ווען די [[יוונים]] האבן געקעניגט איבער [[ארץ ישראל]], האבן זיי ארויסגעגעבן פארשידענע [[גזירות]] אויף די יידן און זיי פארבאטן פון צו פראקטיציערן זייער [[יידישקייט]], און זיי געשטערט פון צו לערנען [[תורה]]. די יוונים האבן זיי בערויבט פון זייער געלט און זייערע טעכטער, און זענען אריין און [[היכל]] און [[טמא|מטמא]] געווען אלע [[טהור|טהרות]], און אונטערדריקט דאס יידישע פאלק, ביז ווען דער אייבערשטער האט זיך דערבארימט איבער זיין יידיש פאלק אין זיי ארויסגעהאלפן פון זייערע הענט און זיי אפגעראטעוועט, און די [[חשמונאים]] די [[כהן גדול|כהנים גדולים]] האבן זיי געזיגט און האבן אוועק געשטעלט א קעניג פון די [[כהן|כהנים]] און צוריק געקערט דעם קעניגרייך צו די יידן פאר איבער צוויי הונדערט יאר ביז דעם [[חורבן]] פון [[בית שני|צווייטן בית המקדש]], דער טאג וואס די יידן האבן געזיגט זייערע פיינד איז געווען פינף און צוואנציג טאג אין חודש כסליו. <ref>לשון הרמב"ם הל' חנוכה פ"ג ה"א ה"ב</ref> געווען איז דאס אין יאָר [[ג'תקצ"ז]] (165 פער די קריסטלעכע צייט-רעכנונג).
 
שורה 72:
דעם ערשטן נאכט מאכט מען דריי ברכות. להלדיק, שעשה נסים, שהחיינו, די אנדערע טעג מאכט מען בלויז צוויי: להדליק און שעשה נסים. דער נוסח פון די ברכה איז להדליק נר חנוכה, עס איז אנדערש ווי דער נוסח פון ליכט צינדן שבת להדליק נר "של" שבת, ווייל די ליכט פון חנוכה טאר מען זיך דערמיט נישט באניצן עס איז בלויז פאר די מצוה פון חנוכה דאס הייסט להדליק נר חנכה דאס איז ליכט פון חנוכה, אבער די ליכט פון שבת איז דירעקט געמאכט עס זאל זיין ליכטיג אין שטוב מען זאל זיך יא דערמיט באנוצען דעריבער מאכט מען "של" שבת דאס איז ליכט פאר שבת (ברכי יוסף להחיד"א).
 
דאָס זאָגט מען ווען מען צינדט אָן די ליכט: (דער אריגינעלער נוסח שטייט אין [[מסכת סופרים]]<ref>פרק כ' הלכה ו'</ref> און עס ווערט דערמאנט אין רא"ש (מסכת שבת פ"ב):<br />
 
:הַנֵּרוֹת הַלָּלוּ אָֽנוּ מַדְלִיקִין.
:עַל הַנִּסִּים וְעַל הַתְּשׁוּעוֹת וְעַל הַנִּפְלָאוֹת וְעַל הַנֶּחָמוֹת.
:שֶׁעָשִיתָ לַאֲבוֹתֵינוּ. בַּיָּמִים הָהֵם. בַּזְּמַן הַזֶּה.
:עַל יְדֵי כֹּהֲנֶיךָ הַקְּדוֹשִׁים.
:וְכָל־שְׁמוֹנַת יְמֵי חֲנוּכָּה. הַנֵּרוֹת הַלָּלוּ קֹֽדֶשׁ הֵן.
:וְאֵין לָנוּ רְשׁוּת לְהִשְׁתַּמֵּשׁ בָּהֵן. אֶלָּא לִרְאוֹתָן בִּלְבַּד.
:כְּדֵי לְהוֹדוֹת לִשְׁמֶךָ עַל נִסֶּיךָ וְעַל יְשֽׁוּעָתֶךָ וְעַל נִפְלְאוֹתֶיךָ׃
 
ס'איז א פארשפרייטער מנהג צו זינגען דעם פיוט "מעוז צור".
==== ערב שבת ====
פרייטאג דארף מען צינדן חנוכה ליכט פרי, ווייל שבת טאר מען נישט אנצינדן א ליכט. א סאך האבן א מנהג צו דאווענען [[מנחה]] פריער כדי זיי זאלן נאך קענען אנצינדן די חנוכה ליכט נאך מנחה. מען מעג צינדן די חנוכה ליכט פון [[פלג המנחה]]. די [[שבת ליכט]] צינדט די פרוי נאכדעם וואס מען האט געצינדן חנוכה ליכט.
אזוי ווי מען צינדט די חנוכה ליכט פארן ריכטיגן זמן, דארף מען האבן גענוג בוימל (אדער גרויסע ליכטלעך) כדי זיי זאלן ברענען א האלבע שעה נאך דער שקיעה (אדער נאך נאכט, יעדער איינער לויט זיין מנהג).
=== אין שול ===
ס'איז אן אלטער מנהג צו צינדן חנוכה ליכט (מיט די ברכות) אין דער שול יעדן אוונט פאר [[מעריב]]; מען שטעלט די מנורה אין דער דרום זייט, זכר למקדש.<ref>שולחן ערוך, אורח חיים, '''תרעא''':ז</ref> ערב שבת צינדט מען פאר שבת, און [[שבתע־נאכט]] צינדט מען ביים סוף פון מעריב נאך [[קדיש]] תתקבל.
שורה 94 ⟵ 98:
 
== חנוכה פירונגען ==
[[טעקע:Latkes.jpg|thumb|leftקליין|פאנטשקעס]]
אום חנוכה קומען זיך משפחות צוזאם און מען פראוועט סעודות, מען עסט פרישע לאטקעס און מען זינגט חנוכה לידער. עס איז אן איינגעפירטער מנהג אז מען שפילט [[דריידל]]. טייל מענטשן עסן לאטקעס חנוכה. ס'איז אויך געווארן א מנהג לעצטנס צו עסן [[פאנטשקעס]] (לאַטקעס) חנוכה.
 
אין די פוסקים ווערט דערמאנט דער מנהג פון עסן מילכיגס, צוליב דעם נס וואס עס איז געשען אז [[יהודית]] האט געגעבן צו עסן פאר [[האליפורני]] קעז און מילך, און אזוי האט זי זיך געקענט שטארקן אויף אים (כלבו, רמ"א שו"ע או"ח).
 
{{קאמאנסקאט|Hanukkah|חנוכה}}
 
{{אפראמען}}
 
== רעפערענצן ==
<references/>
 
{{קאמאנסקאט|Hanukkah|חנוכה}}
{{אפראמען}}
{{ייִדישע חגים}}
 
{{תרי"ג מצוות}}
{{שבעהלכה}}
 
[[קאַטעגאָריע:חנוכה]]