אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יחזקאל לאנדא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: fr:Yehezqel Landau
מ באט צוגעלייגט: de:Ezechiel Landau; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 1:
[[בילדטעקע:Yechezkel Landau.jpg|thumb|250px|הרב יחזקאל לאנדא, דער "נודע ביהודה"]]
הרב '''יחזקאל הלוי לאנדא''' ([[י"ח מרחשון]], [[ה'תע"ד]] - [[י"ז אייר]], [[ה'תקנ"ג]]) איז געווען א [[דיין]] אין [[בראד]] און [[אב"ד]] פֿון [[יאמפאל]] און [[פראג]], [[בעהמען]]. ער האט מחבר געווען [[שו"ת]] ''נודע ביהודה'', חידושים אויף ש"ס ''ציון לנפש חיה (צל"ח)'' און ''דגול מרבבה'' אויף [[שולחן ערוך]].
 
== יונגע יארן ==
יחזקאל לאנדא איז געבוירן אין [[אפט]], [[פוילן]], י"ז מרחשון תע"ד צו זײַן פאטער יהודה, א מיטגליד אין דעם [[וועד ארבע ארצות]] און זײַן מוטער חיה, א טאכטער פֿון הרב אליעזר אב"ד [[דובנא]]. זײַנע עלטערן זענען ביידע געווען אייניקלעך פונעם רבי'ן ר' [[העשיל פון קראקע]]. צו עלף יאר האט ער געלערנט תורה בײַ הר"ר יצחק אײַזיק סג"ל פֿון [[לודמיר]].
 
ווען ער איז געווארן [[בר מצוה]] האט ער אנגעהויבן לערנען אינעם [[בראדער קלויז]]. אין תצ"ב האט ער חתונה געהאט מיט ליבא, די טאכטער פונעם נגיד ר' יעקבקא פון דובנא. ער האט געוואוינט אין דובנא א קורצע צײַט, נאכדעם איז זײַן שווער אריבערגעגאנגען צו וואוינען אין בראד, דארט איז ר' יחזקאל צוריק אין קלויז.
 
== רבנות ==
אין תצ"ד האט מען געבעטן ר' יחזקאל צו ווערן דער ראש בית דין פון בראד.
 
אין תק"ה האט פאסירט א מעשה ווען דער בית דין פון בראד האט געגעבן א פסק קעגן די שנור פון א גרויסן גביר אין בראד. די דריי דיינים זענען געווען הר"ר יחזקאל לאנדא, הר"ר [[מאיר מרגליות]] (מחבר פון ''מאיר נתיבים'') און הר"ר [[אברהם גרשון פון קיטוב|גרשון קיטאווער]], א שוואגער פונעם [[בעל שם טוב]]. דער גביר איז געווען נאנט צום [[פריץ]] און צוליב דעם פסק האבן די דריי דיינים געדארפֿט אנטלויפֿן פון בראד.
 
א פאר חדשים שפעטער האט די קהילה אין [[יאמפאל]] גערופן הר"ר יחזקאל צו ווערן זייער רב. ער האט געפילט דעם אמט צען יאר, און אויפגעשטעלט א [[ישיבה]] אין יאמפאל.
שורה 16:
אום [[כ' כסלו]], [[ה'תקט"ו]] האט די קהילה פון פראג ממנה געווען הר"ר יחזקאל אלס אב"ד פון פראג און הויפט רב פון גאנץ בעהמען, צוואנציג יאר נאך דער פטירה פֿונעם פריערדיגן רב, הר"ר [[דוד אפנהיים]].
 
== געשיכטע ==
אין די ת' און ת"ק יארן איז דאס לאנד בעהמען געווען אונטער דער האפסבורג מאנארכיע, געפירט פון דער קייסערין [[מאריא טערעזא]].
 
שורה 22:
נישט קיין צוויי יאר אריין אין דעם רבנות פון הר"ר יחזקאל, האט פרייסן אטאקירט בעהמען ביי דער שלאכט פון פראג אין דעם [[זיבן יעריגער קריג|זיבן יעריגן קריג]]. זיינע תלמידים און נאנטע באקאנטע האבן מייעץ געווען דעם רב צו אנטלויפן פון פראג אבער ער האט נישט מסכים געווען פארלאזן זיין קהילה. ער האט ארויסגעגעבן א ספעציעלע תפילה פארן וואוילזײַן פון דעם קעניגלעכן הויז. ער הויט אויך גערופֿן אלע יידן אין דער [[אלטנוישול]] אריין וואו ער האט געדרשנט וועגן טריישאפט צו דער קייסערין, און געסטראשעט אריינלייגן אין חרם ווער ס'וועט צוהעלפן דעם פֿײַנד אדער האנדלען אין דעם לאגער פונעם פֿײַנד.
 
ר' יחזקאל האט אויפֿגעשטעלט א [[ישיבה]] אין פראג און געזאגט דארט א שיעור פֿיר מאל א טאג צו פיר כתות פון תלמידים: צוויי שיעורים אין [[גמרא]] אין צוויי שיעורים אין [[שולחן ערוך]]. צווישן זײַנע תלמידים זענען געווען ר' [[אברהם דאנציג]], ר' [[דוד דייטש]] (מחבר פון ''אהל דוד''), ר' [[אלעזר פלעקלעס]] און ר' [[בצלאל רענשבורג]].
 
די מנהיגי ה[[חסידות]], צווישן זיי דער [[חיים האלבערשטאם|צאנזער רב]] און דער [[שניאור זלמן פון ליאדי|בעל התניא]], האבן שטארק געשעצט ר' יחזקאל.
שורה 30:
אום תקמ"ג האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן זײַנע חידושים אויף [[ש"ס]] מיטן נאמען ''ציון לנפש חיה'' (צל"ח) לכבוד זײַן מוטער חיה.
 
== שפעטערע יארן ==
אין זײַן עלטער ווען ער איז געווארן קראנק האט ער איבערגעגבן די ישיבה צו זײַן זון ר' שמואל (וואס איז געווארן פראגער רב נאך אים). י"ב טבת תק"ן איז נפטר געווארן זײַן רביצין. אין זײַן לעצטן יאר האט ער ווײַטער געשריבן תשובות. [[י"ז אייר]] [[ה'תקנ"ג]] איז ער נפטר געווארן, און יידן זענען געקומען פון גאנץ בעהמען אויף זײַן לויה.
 
== זײַנע ספרים ==
* נודע ביהודה
* ציון לנפש חיה (צל"ח)
* דורש ציון
* אהבת ציון
* דגול מרבבה (אויף שולחן ערוך)
 
 
שורה 44:
 
{{גרונטסארטיר:לאנדא, יחזקאל}}
 
[[קאַטעגאָריע:אחרונים]]
[[קאַטעגאָריע:פוילישע רבנים]]
שורה 50 ⟵ 51:
[[en:Yechezkel Landau]]
[[he:יחזקאל לנדא]]
[[de:Ezechiel Landau]]
[[fr:Yehezqel Landau]]
[[pl:Ezechiel Landau]]