אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב יצחק ניימאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
נישט ריכטיג
שורה 3:
ר' יעקב יצחק איז גערופן געווארן (קליינע) [[פאפא]] [[רב]] טראץ וואס ער איז געווען [[רב]] אין [[בעלזא]] און א בעלזא חסיד וויבאלד ער איז געווען א [[תלמיד]] פון פריערדיגן פאָפער רב, דער [[יעקב יחזקי' גרינוואלד (א)|ויגד יעקב]], און זיך געהאלטן זייער נאנט צום לעצטן [[יוסף גרינוואלד|פאפא רב]] ז"ל, אויך איז ער געווען רב אין [[פאפא]] אין [[אונגארן]] פאר א קורצער צייט. דער רב האט פארלוירן א [[ווייב]] און איין [[קינד]] ביי די [[צווייטע וועלט מלחמה]] און האט געהייראט נאכאמאל אבער האט נישט זוכה געווען צו קיין קינדער. זיינע קינדער זענען געווען די [[בעלזא]] [[חסידים]] אין [[מאנטרעאל]] וועלכע ער האט באהאנדלט ווי א [[טאטע]] צו זיינע קינדער.
 
דער [[רב]] איז געווען דער איינציגסטער [[רב]] אין א בעלזער [[קהילה]] ארום דער [[וועלט]] און איז געווען פון די לעצטע [[רבנים]] פון פריערדיגן [[דור]] און איז רעספעקטירט געווארן דורך אלע קרייזן אין מאנטרעאל.
 
דער [[רב]] איז [[נפטר]] געווארן [[פרייטאג]] ז' [[שבט]] [[תשס"ז]] אין עלטער פון 90 יאר און זיין [[לויה]] איז פארגעקומען אין דער בעלזער [[שול]] מיט דער באטייליגונג פון 2,000 מאנטרעאלער איינוואוינער. ער איז נטמן געווארן אין [[פאפא]] שטעטל אין [[ניו יארק]].