אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אונגארישע רעוואלוציע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: fy:Hongaarse Opstân
שורה 16:
 
== אויסברוך פון רעוואלוציע ==
אויפןאום [[23סטן אקטאבער]], איז פארגעקומען א פראטעסט אין די גאסן פון [[בודאפעשט]], מיט א ריזיגע באטייליקונג, אונגארישע זעלנער האבן אראפגעריסן זייער רויטע שטערן פון די מונדירן, און עס געווארפן צו די מאסן, און האבן מארשירט אינאיינעם מיט די פראטעסטירער. די פארלאנגען פון די פראטעסטירער, זענען געווען מעסיקע. די געהיימע אונגארישע פאליציי, האט אבער גענומען שיסן אויף די באטייליקער, און האבן אומגעברענגט אכציק פראטעסטירער. דאס האט געברענגט צו ווילדע ראיאטן, ווי פאליציי אויטאס זענען פארברענט געווארן, [[געווער]] איז פארטיילט געווארן, דורך די ארבעטער אין די [[וואפן]] פאבריקן.
 
די קאמוניסטן זענען געווען ביי די מיינונג, אז אט אט גייט זיך עס פארענדיקן, און רויקייט וועט צריק קומען. עס איז קלאר געווען אז [[רוסלאנד]] וועט אריינשיקן סאלדאטן, און צוריק איינשטעלן די קאמוניסטישע הערשאפט. אין די לעצטע פרווו, איז אימרע נאדזש, אויפגענומען געווארן אלס [[פרעמיער מיניסטער]], און האט אריינגעשטעלט עטליכע פון זיינע מענטשן אין די [[רעגירונג]], און פרובירט איינשטילן די געמיטער.
שורה 22:
די פראטעסטירער האבן נישט איינערקענט אין נאדזש, וועלכע איז טאקע געווען א רעפארמיסט, אבער איז נאך אלץ געווען א קאמוניסט. וואפן פאבריקן זענען אטאקירט געווארן, און אמוניציע איז געגעבן געווארן פאר די אויפשטענדלער, וועלכע האבן אפגעווארט די רוסישע ארמייען.
 
צווישן דידעם 23סטע23סטן אקטאבער, ביז דיביזן [[3טע3טן נאוועמבער]], זענען פארגעקומען שלאכטן איבער לאנד. די רוסן האבן ארויסגעצויגן זייערע טרופן פון די [[הויפטשטאט]], און דערנאך בארינגעלט די שטאט, גרייט צו אטאקירן. אלע פאליטישע ארעסטאנטן זענען באפרייט געווארן, און אלטע אומלעגאלע פארטייען זענען צוריק ארויפגעשווימען אויף די אויבערפלאך.
 
אויףאום די 27סטע27סטן אקטאבער האט נאדזש, אויפגענומען א נייע רעגירונג, און א געוויסער קאדאר, אלס אויסערן מיניסטער, א קאמוניסט וואס איז ריינגעוואשן געווארן, נאך באשולדיקונגען פון די פאליציי. ער האט פארגעשטעלט א פלאן, ווי די רעוואלוציאנערן וועלן איינערקענט ווערן אלס א פארטיי, און די רוסן וועלן זיך ארויסציען פון אונגארן. נאדזש האט אנערקענט אין אלע נייע פארטייען וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן, ער האט אויפגעלעזט די פארפיינטעטע געהיימע פאליציי. און דערקלערט די [[15טן מערץ]] אלס נאציאנאלע חגא, לכבוד די רעוואלוציע. ער האט דערקלערט די ארויסטריט פון אונגארן, פון [[ווארשע פאקט]].
און דערנאך האט ער אויפגעשטעלט א [[קאאליציע]], מיט אנדערע פארטייען, וואס זענען לעגאליזירט געווארן.