אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק יעקב ווייס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 9:
ער האט מחבר געווען שו"ת [[מנחת יצחק]] צען חלקים, און ווערט פאררעכנט אלס [[פוסק הדור]]. די סיבה פארוואס ער האט געהאט הצלחה מען זאל איהם פארעכענען אלס פוסק הדור, איז צוליב עטליכע.
 
1] ער איז געווען א ריזען גאון און געווען באקאנט מיט אלע דעטאלן פון אלע חלקי התורה. זיין סדר פון מברר זיין תשובות איז ווי די אמאליגע גאונים און גדולי אחרונים. ער הייבט אהן פון סוגיות הש"ס, און פרעגט קשיות און תירוצים ער איז מסדר די שיטות פון ראשונים און אחרונים ביז ער פסק'נט. ער האט מיט זיין גרויסן כח אין הוראה מברר געווען די נייע סארט שאלות וואס איז אונטערגעקומען אין די היינטיגע וועלט. אויך גלייך נאכן קריג ווען עס זענען געווען זייער פארווירקליכטע שאלות אין די הלכות פון [[עגונות]], איז ער געווען א מייסטער אוןאין די סארט שאלות, די דעמלאטסדיגע גאונים האבן באוואונדערט זיין כח אין הוראה כאטש ער איז נאך געווען פארהאלטענמעסיג יונג (רוב פון זיינע בירורים אין עגונות איז דערנאך געדרוקט געווארן אין זיינע בענדער תשובות).
 
אין די שפעטערדיגע יאהרן ווען ער איז געווען ברייט באקאנט מיט זיין כח הוראה, האט מען יעדער שאלה ממש זיך קודם דורך גערעדט מיט איהם, עס איז געווען אנגענומען ביי די תורה'דיגע וועלט א זאך וואס ער פאס'קנט אזוי איז ריכטיג, אין זיינע לעצטע יאהרן פלעגט איהם אנקומען אזוי פיל שאלות אז ער האט שוין נישט אליין צוריקגעענטפערט נאר געגעבן פאר אנדערע מורה הוראות זאלן שרייבן וואס ער האלט, מען האט געהאלטן פאר א זכיה און א חשובע זאך אויב ער ענטפערט אליין צוריק.
 
2] ער איז געווען א איידעם פארן וועלט קריג ביי דער ראב"ד פון גרויסווארדיין, און אזוי ווי גרויסווארדיין איז געווען פון די גרויסע שטעט און אונגארין, האט ער זיך אסאך געלערנט וויאזוי מען פסק'נט שאלות.
 
3] ער געווען זייער צוגעלאזן, א גרויסע בעל מדות, ער האט נישט וויי געטועהן קיין פליג אויפן וואנט, אין זיינע תשובות וועט ער קיינמאהל נישט אטאקירן אפילו די וואס אטאקירן איהם, און אפילו דו וואס זענען געווען שוואכער און ווייניגער פון איהם. ער ברענגט אלע גאונים אפילו די וואס זענען נישט איינשטימונג מיט איהם אין אמונות ודעות ווי הרב [[עובדיה יוסף]], אזוי אויך ער פערזענדליך איז גיט געווען מיט יעדען רב און בן תורה פון גאנץ ארץ ישראל און גאנץ ירושלים. אזוי ווייווייט אפילו די [[נטורי קרתא]] און גאר פרומע וואס זענען נישט געווען צופרידן פון איהם פון אונפאג, אבער איינזענדיגע זיין כח התורה און זיינע גאלדענע מדות האבן זיי זיך געמוזט בייגן פאר איהם, און מקבל מרות געווען.
 
{{גרונטסארטיר:ווייס, יצחק יעקב}}