אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רעדן:אפרים פאדווא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 28:
::::אנטשולדיגט [[פירהאנג]] הרב פאדווא, ר' יחזקאל גאלד און ר' חיים פלאהר, זענען גיט בקי אין הלכות גיטין און אין הלכות קידושין, זיי פארלאזן זיך נישט אויף לאנדסמאן, הרב פאדאווע זעלבסט איז מסדר גיטין און איז מסדר קידושין, ער איז דער רב הראשי פונעם ארטאדאסישן יודענטוהם פון לאנדאן, יעדער גט און קידושין גייט דורך זיין האנט, עס ווערט נישט געמאכט קיין גיטין אין לאנדאן אהן זיין צושטימונג. ר' יחזקאל גאלד און ר' חיים פלאהר זענען אויסגערופענע תלמידי חכמים און בקי אין די הלכות זיי זיצען אויף אסאך פרשיות פון גיטין, און זענען פון די גרויסע ת"ח אויפן געביט פון הל' קידושין. אויב ווייסט איהר נישט דאן זענט איהר נישט באקאנט מיט די ת"ח פון מאנסי.
 
::::ווי קומט אריין ר' חיים פלאהר אין די פרשה ? ווייל דער גרוש האט נישט געוואלט פאלגן דעם בית דין פון לאנדאן, האט מען געזאגט פארן גרוש, ער זאל זיך אויסוועלן א בית דין, וואס ער וועט אינטערשרייבן שטרי בירורין אויף זיי, אז ער וועט פאלגן וואס זיי וועלן פסק'נען, ער וועט זיך אונטערווארפען אונטער זייער פסק, האט דער גרוש אויסגעוועלט א בית דין דריי רבנים, אויף דעם בית דין איז געווען ר' חיים פלאהר, און אונטערגעשריבן שטרי בירורין אז ער גייט זיי פאלגן, דער בית דין האט איהם אויסגעהערט און נישט גע'פסק'נט ווי ער האט געוואלט, נו וואס נאך קען מען טוהן, דער ערשטער בית דין אין לאנדאן וויל ער נישט פאלגן, דער צווייטער בית דין וואס איז "זיין" בית דין, דער גרוש זעלבסט ער אליין האט אויסגעוועלט רב חיים פלאהר זאל זיין זיין בית דין, אבער אצינד וויל ער אויך נישט פאלגן, הרב לאנדסמאן איז שוין דער דריטער בית דין וואס האט אויך אזוי איינגזעהן, דאס וואס איהר שרייבט אז ער צווינגט גיטין שלא כהלכה דאס איז נישט ריכטיג, ווייל ער און זיין בית דין זענען מברר אז עס איז געצווינגען לויט די הלכה אז צומאל מעג מען צווינגען איינעם צו געבן א גט. עס זענען אפשר דא תורה'מיינוגנען וואס האלטן אנדערש, זאלן זיי מברר זיין יעדער גט באזונדער צו מען האט געמעגט צווינגען צו נישט.
 
::::זיין פעטער רבי [[אליעזר חיים בלום]] איז אויך א ריזן תלמיד חכם, האלט אויך אז עס איז א כשר'ער גט. אויך דארף דא געזאגט ווערן אז נישט בלויז די רבנים וואס זענען דא אויסגערעכנט האלטן אז דער גט איז כשר, אזוי האלטן אלע גרויסע רבנים, צווישן זיי דער בית דין פון [[עדה החרדית]] אין ירושלים, וואס זיי האבן געשריבן א בריוו, וואס ווערט באשטעטיגט אויך דורך דעם גרוש, זיין שרייבן אז דער בית דין וואס האט געהערט די טענות פונעם גרוש איז ריכטיג, און זייער פסק איז בינדעדנד פאר די בעלי דינים.
שורה 36:
::::רב געשטעטנער האט טאקע א לעדער העט און א "האט ליין" וואס ער רעכענט אויס מראה מקומות און אדערסין פון תשובות וואס ער האלט אז מען קען מערער זיין, אבער ער איז נישט קאמפאטענעט מערער זיין, דאס איז זיין פאך, אזוי לאזט ער זיך הערן, עס איז ברייט באקאנט ביי אלע בתי דינים, ווען איינער פארלירט א דין תורה און דער פארלירער וויל נישט פאלגן דעם פסק דין, גייט ער צו "הרב געשטעטנער" און יענער האט שוין א האט ליין, און שרייט אז ער איז מערער. אבער קיין "איין" תלמיד חכם און בית דין רעכענט זיך נישט מיט איהם.
 
::::איינער וואס "אלע" בתי דינים אין די גאנצע וועלט, פון ניו יארק ביז ארץ ישראל, פון לאנדאן ביז קאנאדע, רעכענען זיך נישט מיט זיינע טענה'ס, דער איז נישט בארכטיגט צו האבן טענה'ס, מערער זיין אויף א פסק דיןדארף א רב א דיין, ווער איז דער רב אדער דיין וואס איז מערער ?????????. פארקערט די עדה החרדית און זייער בית דין שרייבט גאר אז דער ערעור איז נישט קיין ערעור, נו ווער קען מערער זיין ? עס קען נישט מערער זיין א גוי, עס קען נישט מערער זיין א עם הארץ, עס קען נישט מערער זיין איינער וואס קען נישט לערנען, און אפילו ער קען יא לערענן אויב קען ער נישט "ביידע" צדדים, קען ער אויך נישט מערער זיין.
 
::::דאס וואס ציגערעטל שרייבט אז "נישט יעדער איז גרייט זיך ארויסצושטעלן קעגן אזעלכע פראמינענטע רבנים" דאס אליין איז א באווייז אז ער איז נישט גערעכט, ווייל אויב וואלט טאקע געווען "ערנסטע ערעורים" דאן וואלט שוין געווען בני תורה וואס וואלטן ווען געזאגט זייער מיינונג.
שורה 42:
::::איהר זאגט אז דער צד שכנגד נעמט אהן א שווייגעניש, דאס איז נישט אמת, דער צד שכנגד זאגט און ענטפערט קלאהר פאר יעדען בן תורה, הרב פאדאווע, הרב גאלד, הרב לאנדסמאן, אלע דריי ענטפערן פאר תלמידי חכמים און פאר די בני המשפחה וואס זענען אינטערעסירט צו וויסן, פאר עמי הארצים און מענטשן וואס וואס פראטעסטירן אין די גאסן מיט פאשקעווילן אדער פאר סתם נייגעריגע מענטשן זאגן זיי ווי דער דין איז "מען האט אונטערגעשריבן שטרי ברירורים, איך בין נישט מחויב צו זאגן מהיכן דנתני, פארקערט דער בעל דין איז מחויב צו פאלגן אלעס וואס מיר האבן גע'פסק'נט" ותו לא מידי. ווייל אויב זאלן זיי ענטפערן פאר די בעלי דין וועלן זיי דאס מוזען טועהן ביי יעדער דין תורה און גט. און זיי זענען דאס אוודאי נישט מחויב.
 
::::אזוי ווי ביי יעדער דין תורה האט יעדער צד א רעכט אויסצו נוצען זיינע תורה'דיגע רעכטען פארן דין תורה, ער קען פארלאנגען ווער ער וויל דער בית דין זאל זיין, און וויאזוי זיי זאלן צו גיין צום דין תורה, אבער איינמאהל דער בעל דין האט אונטערגעשריבן אויף די שטרי בירורים אז ער גייט פאלגן אלעס וואס בית דין הייסט, איז ער מחויב צו פאלגן, טענה'ס אויפן בית דין קען מען האבן פארן אונטערשרייבן נישט נאכדעם וואס מען האט אונטערגעשריבן און מסכים געווען, און ווען מען זעהט בית דין פסק'נט נישט ווי ער וויל קומט ער מיט טענה'ס. דאס איז דאך די סיבה פארוואס מען האט געמאכט אזא זאך ווי שטרי בירורים, אז די טענה'ס זאלן נישט זיין ווערד נאכן פסק דין, עס איז פארפאלכןפארפאלן מען מוז מקבל זיין דעם פסק דין פון בית דין. אלע טענות פון דעם גרוש פאלן אויף טויבע אויערן, ווייל מען האט איהם אויסגעהערט אזוי ווי ער האט געוואלט, אצינד האלטן די רבנים אז מיט דעם אלעם איז ער נישט גערעכט.
 
::::פון מיין זייט איז די טעמע א געשלאסענע. --[[באַניצער:יודישער שרייבער|יודישער שרייבער]] 19:50, 13 אָקטאָבער 2010 (UTC)
צוריק צו "אפרים פאדווא" בלאט.