אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רעדן:אפרים פאדווא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 41:
 
איהר זאגט אז דער צד שכנגד נעמט אהן א שווייגעניש, דאס איז נישט אמת, דער צד שכנגד זאגט און ענטפערט קלאהר פאר יעדען בן תורה, הרב פאדאווע, הרב גאלד, הרב לאנדסמאן, אלע דריי ענטפערן פאר תלמידי חכמים און פאר די בני המשפחה וואס זענען אינטערעסירט צו וויסן, פאר עמי הארצים און מענטשן וואס וואס פראטעסטירן אין די גאסן מיט פאשקעווילן אדער פאר סתם נייגעריגע מענטשן זאגן זיי ווי דער דין איז "מען האט אונטערגעשריבן שטרי ברירורים, איך בין נישט מחויב צו זאגן מהיכן דנתני, פארקערט דער בעל דין איז מחויב צו פאלגן אלעס וואס מיר האבן גע'פסק'נט" ותו לא מידי. ווייל אויב זאלן זיי ענטפערן פאר די בעלי דין וועלן זיי דאס מוזען טועהן ביי יעדער דין תורה און גט. און זיי זענען דאס אוודאי נישט מחויב.
 
אזוי ווי ביי יעדער דין תורה האט יעדער צד א רעכט אויסצו נוצען זיינע תורה'דיגע רעכטען פארן דין תורה, ער קען פארלאנגען ווער ער וויל דער בית דין זאל זיין, און וויאזוי זיי זאלן צו גיין צום דין תורה, אבער איינמאהל דער בעל דין האט אונטערגעשריבן אויף די שטרי בירורים אז ער גייט פאלגן אלעס וואס בית דין הייסט, איז ער מחויב צו פאלגן, טענה'ס אויפן בית דין קען מען האבן פארן אונטערשרייבן נישט נאכדעם וואס מען האט אונטערגעשריבן און מסכים געווען, און ווען מען זעהט בית דין פסק'נט נישט ווי ער וויל קומט ער מיט טענה'ס. דאס איז דאך די סיבה פארוואס מען האט געמאכט אזא זאך ווי שטרי בירורים, אז די טענה'ס זאלן נישט זיין ווערד נאכן פסק דין, עס איז פארפאלכן מען מוז מקבל זיין דעם פסק דין פון בית דין.
 
פון מיין זייט איז די טעמע א געשלאסענע. --[[באַניצער:יודישער שרייבער|יודישער שרייבער]] 19:50, 13 אָקטאָבער 2010 (UTC)
צוריק צו "אפרים פאדווא" בלאט.