אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רעדן:אפרים פאדווא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 11:
:::: אין פאקט איז נישט דא קיין איין רב אדער איין דיין, אדער איין בית דין, אדער יעדער סארט רבנישע קערפערשאפט איינער וואס קען לערענן, זאל זאגן אז די פרוי איז א אשת איש, רב פאדעווע, איז דער רבי אויפן פלאץ ער האלט ער דער גט איז א גט, קיין שום רב אין לאנדאן זאגט נישט אנדערש, רב [[חיים פלאהר]] פון מאנסי דער ראש הכולל און רבי [[יחזקאל גאלד]] פון מאנסי, די צוויי זענען געווען אופין בית דין פון דעם גרוש, זיי האבן געהערט זיינע טענהס, זיי זענען דאס בית דין וואס דער גרוש האט געזאגט און געשריבן אז ער נעמט אויף זיך זייער פסק, זיי האלטן אז דער גט איז כשר, אויב רב [[לאנדסמאן]] דער מסדר הגט איז ברייט באקאנטע בית דין אין מאנסי, וואס האט שוין מסדר געווען הונדערטער גיטין.
 
דער איינציגער ערעור אויף דעם גט איז א יחיד, הרב [[אברהם שמואל יודא געשטעטנער]], וואס ער שרייבט ער איז א [[בית דין לערעורים]] דאס הייסט יעדער וואס איז נישט צופרידן מיט דעם פסק דין פון א בית דין, קען קומען צו איהם, ער וועט זיך קרוגען מיט איהם, ער וועט מברר זיין אז דער בית דין האט נישט גיט גע'פסק'נט, דאס הייסט זיין בית דין באשטייט פון דעם וואס זיי פסל'ן אנדערע, פאר ער האט נאך אפילו אויסגעהערט דעם אנדערן צד, אין פאקט איז ער נישט קיין בית דין בכלל, איהר וועט נישט טרעפען קיין שום רבניש'ע קערפערשאפט אדער דיין וואס זאל זיך באציען ערנסט צו זיינע רייד. --[[באַניצער:יודישער שרייבער|יודישער שרייבער]] 19:50, 11 אָקטאָבער 2010 (UTC)
 
 
::עס איז וויכטיג צו וויסן אז די צוויי אידן וואס שרייבן ברייוו קעגן רב פאדווע, זענען צוויי מענטשן וואס האבן זעלבסט זיך גע'גט פון זייערע פרויען, און זיי זענען פארווייטאגט פארוואס זייערע פרויען האבן זיי אפגעלאזט, דעריבער ווארפען זיי ארום צעטליך קעגן דעם ענין פון א גט, זיי האבן נישט קיין סמיכה און קיין שום לעגעטימאציע פון תורה אדער פסק'נען שאלות. עס איז נישט דא קיינער וואס זאל זאגן אבער שרייבן אז זיי פארשטיין בכלל דעם פרעצדור פון א [[קידושין]] אדער [[גיטין]] וואס צומאל קען דאס זיין זייער פארווירקליכט, אנדערש אבער די רבנים וואס זענען פארמישט אין די פרשה זענען ברייט באקאנטע רבנים וואס טועהן אין קידושין און אין גיטין טאג טעגליך.--[[באַניצער:יודישער שרייבער|יודישער שרייבער]] 19:59, 11 אָקטאָבער 2010 (UTC)
צוריק צו "אפרים פאדווא" בלאט.