אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרייע פראנקרייך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
המשך יבוא
געענדיקט
שורה 26:
== ראמעל אין אפריקע ==
ווען [[ערווין ראמעל]] איז אנגעקומען קיין צפון אפריקע, זענען די אליאירטע דארט געווען ביים נידעריקסטן שטאפל. א פראנצויזישע בריגאדע האט באוויזן אפצוהאלטן די דייטשע אנגריף, און זייער פאראויס מארש, און זייענדיק ארומגערינגעלט האט ראמעל פארגעשלאגן צו די פראנצויזישע גענעראל "קעניג", ער זאל זיך אונטערגעבן, אין זיין ענטפער האט קעניג געשריבן אז ראמעל קען אים קושן פון אונטן. צום ענדע האבן די באלאגערטע זעלנער אויפגעבראכן די רינג, און האבן דערגרייכט די בריטישע טרופן. 20 פראצענט פון די בריגאדע, איז געווען פארווונדעט קראנק און אויסגעטריקנט פון די מדבר, אבער זייער שטארקייט האט אסאך צוגעגעבן צו די מאראל פון די פראנצויזישע אנטי פאשיסטישע פארטייען.
 
== גענעראל זשירא ==
גענעראל זשירא, איז געווען קאמאנדיר איבער דע גאל, ער איז געווען אין געפענגעניש ביי די נאציס, און אין יאר 1942 איז ער אנטלאפן. פאר א קורצע וויילע האט ער זיך געדרייט אין ווישי פראנקרייך, און ער האט נישט געזען ביי זיי קיין חסרון. דער פראבלעם אין פראנקרייך האט ער געזען אלס מיליטעריש, און נישט קיין פאליטישע, ער איז געווען פארזיכערט אז ער איז די איינציקסטע מענטש, וואס קען העלפן פראנקרייך. נאכן אנשליסן גוטע פארבינדונגען מיט אמעריקאנע באאמטע, [[פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט]] דער פרעזידענט האט געגלייבט אין אים. ספעציעל נאכן זיך ארומרייסן אסאך מיט דע גאל.
 
איידער דער גרויסער אטאקע, ארויסצוטרייבן די דייטשן און איטאליענער פון צפון אפריקע, איז זשירא אלס גענעראל פון פרייע פראנצויזישע ארמיי, אויך אריינגענומען געווארן אין די סוד, וויבאלד זיינע קרעפטן האבן טיילגענומען.
 
נאכן טון מערערע באשלוסן, וואס ווען נישט זיי וואלט ער אפשר געווארן רעגירער, פון א באפרייטן פראנקרייך, איז ער געווארן אויס פירער פון די פרייע פראנקרייך, און בלויז דע גאל איז פארבליבן, אויף א דאקומענט געשריבן דורכן "נאציאנאלע קאנגרעס פאר באפרייאונג, האט ער אונטערגעשריבן אז ער זאגט זיך אפ פון אמט.
 
== איטאליע באפרייט ==
ביים קריג פון די אליאירטע אין איטאליע, האבן 100,000 פראנצויזישע זעלנער, געהאלפן אין די קריג, זיי האבן געהאלפן שטופן די אליאירטע פאראויס, נאכן ווערן אפגעהאלטן פון די וועהרמאכט, די פראנצויזן האבן געהאלפן באפרייען [[רוים]] אוי די [[5טע יוני]] [[1944]], און איינגענומען די עלבע אינדזלן.
 
== נארמענדי ==
צו די באפרייאונג פון פראנקרייך, האט די פרייע פראנקרייך צוגעשטעלט אן ארמיי, פון 480,000 זעלנער, 50,000 מאטראזן, א לופט פלאט פון 500 עראפלאנען, מיט 30,000 זעלנער אין די לופט פלאט. צו דעם אלעם האבן 200,000 רעזיסטענס קעמפער אין פראנקרייך זעלבסט, אנגעפירט גערילא קאמפן מיט די נאציס.
 
די פרייע פראנצויזישע ארמיי, האט זיך צעשפרייט איבער די באדן פון פראנקרייך, און האבן געהאלפן אייננעמען די גרויסע שטעט, פאריז איז געפאלן נאך אן אויפשטאנד פון די רעזיסטאנס מיט בירגער, און ווען די ארמיי איז אנגעקומען, האבן די נאציס זיך אונטערגעגעבן, אויפן [[25סטע אוגוסט]], א טאג דערויף איז דע גאל אנגעקומען, און מיט א קבלת פנים פאר א העלד, האבן אים די פראנצויזן אויפגענומען.
 
זיי האבן געהאלפן אייננעמען די שטעט [[מארסיי]], און [[שטראסבורג]] אין עלזעס ראיאן. שפעטער האבן זיי טייל גענומען אין די שלאכטן אין דייטשלאנד זעלבסט, אינאיינעם מיט די אליאירטע ארמייען. ביזן פאלן פון די נאציס.
 
== ענדע פון מלחמה ==
אום מיי [[1945]], איז די פרייע פראנקרייך רעגירונג געקומען צו אן ענדע, דע גאל איז געווען פרעזידענט פון פראנקרייכס פערטע רעפובליק, א רעפענדערום אפגעהאלטן אין אוקטאבער, האט אויפגעשטעלט אן איבערגאנגס ראט, פאר א נייע קאנסטיטוציע, וואס האט געברענגט די אלטע דריטע רעפובליק צו אן ענדע, און אויפגעשטעלט א [[פארלאמענטארע דעמאקראטיע]].
 
[[קאטעגאריע:פראנקרייך]]