אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרייע פראנקרייך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
המשך יבוא
המשך יבוא
שורה 15:
די בריטישע ארמיי, האט אטאקירט שיפן וואס האבן געהערט צו די פראנצויזישע [[ים פלאט]], מורא האבנדיק אז זיי וועלן אריבערגיין צו די נאצישע באנוץ, און וועלן אטאקירן דערמיט ענגלאנד. דאס איז געווען א שטער פאר די נייע ארמיי, און האט אפגעהאלטן פון אסאך פאטענציאלע אנשליסער, פון זיך מאביליזירן אין די פרייע פראנקרייכס ארמיי
 
צווישן יוני און אוגוסט 1940, איז אויפגעשטעלט געווארן א ראט, וואס האט זיך געפונען אין ענגלאנד, אינאיינעם מיט אנדערע רעגירונגען אין גלות, ווי [[פוילן]], [[דענמארק]], [[בעלגיע]], און אנדערע. אין זיין ארייארמיי האט ער געהאט 7,000 [[סאלדאט]]ן, און 3,500 [[מאטראז]]ן פון ים פלאט. עס איז קלאר געווען אז זיין עיקר שטיצע, וועט מוזן קומען פון די קאלאניעס.
 
נישט אלע קאלאניעס האבן זיך גערן אנגעשלאסן, צו די פרייע פראנקרייך רעגירונג. אין צפון מער אפריקע, [[מאראקא]], [[טוניסיע]], און [[אלדזשיר]], זענען אלע פארבליבן ביי די ווישי רעגירונג, אזוי אויך אינדא כינע ([[וויעטנאם]] פון היינט). דער [[פראנצויזישער מאנדאט]], איבער [[סיריע]] און [[לבנון]], איז אויך געווען אונטער ווישי הערשאפט. געוויסע לענדער אין צענטער פון אפריקאנע קאנטינעט, ווי [[טשאד]], [[קאנגא]], און די פראנצויזשע צענטראל אפריקע (היינט רעפובליק פון קאנגא), האבן זיך אנגעשלאסן צו די פרייע פראנקרייך.
 
== ערשטע קאמפן ==
די ערשטע קאמפן זענען פארגעקומען אין אפריקע, ווי פראנצויזישע טרופן האבן זיך אנגעשלאסן צו די בריטישע ארמיי זעלבסטשטענדיקערהייט, נישט אנהערנדיק זיך צו קיין פראנצויזישע אנטי פאשיסטישע ארגאניזאציע, אין די קאמפן אין אפריקע האבן די בריטישע געזיגט, און די היל פון פראנקרייך טאקע א מינימאלע, אבער א סימבאלישע, האט געהויבן די מאראל פון די פרייע פראנצויזישע זעלנער.
 
אין [[1941]], האט אין [[איראק]], אויסגעבראכן אן אויפשטאנד דורך פרא נאצישע גרופעס, דייטשע עראפלאנען פון די לופטוואפע, האבן אטאקירט בריטישע צילן אין איראק, וואס זענען געווען סטאנציאנירט אין סיריע. די בריטישע האבן ארגאניזירט אן אטאקע, און מיט 8,000 פראנצויזישע זעלנער, און סאלדאטן פון [[ארץ ישראל]], אטאקירט סיריע און [[לבנון]], [[דמשק]] איז איינגענומען געווארן, [[17טן יוני]], 1941. די רעגירונגען אין די צוויי לענדער, זענען אבער געווארן בריטישע, און נישט איבערגעגעבן געווארן צו די פרייע פראנקרייך רעגירונג.
 
== ראמעל אין אפריקע ==
ווען [[ערווין ראמעל]] איז אנגעקומען קיין צפון אפריקע, זענען די אליאירטע דארט געווען ביים נידעריקסטן שטאפל. א פראנצויזישע בריגאדע האט באוויזן אפצוהאלטן די דייטשע אנגריף, און זייער פאראויס מארש, און זייענדיק ארומגערינגעלט האט ראמעל פארגעשלאגן צו די פראנצויזישע גענעראל "קעניג", ער זאל זיך אונטערגעבן, אין זיין ענטפער האט קעניג געשריבן אז ראמעל קען אים קושן פון אונטן. צום ענדע האבן די באלאגערטע זעלנער אויפגעבראכן די רינג, און האבן דערגרייכט די בריטישע טרופן. 20 פראצענט פון די בריגאדע, איז געווען פארווונדעט קראנק און אויסגעטריקנט פון די מדבר, אבער זייער שטארקייט האט אסאך צוגעגעבן צו די מאראל פון די פראנצויזישע אנטי פאשיסטישע פארטייען.
 
[[קאטעגאריע:פראנקרייך]]
[[קאטעגאריע:צווייטער וועלט קריג]]