אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אומאפהענגיקייט מלחמה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאנדאט ל"ז
מאפע בילד
שורה 1:
'''די אומאָפּהענגיקייט־מלחמה''' <small>(אויף העברעיש: "מלחמת העצמאות", "מלחמת השחרור"' אדער "מלחמת הקוממיות")</small> איז די [[מלחמה]] וואס איז געווען צווישן די [[פאלעסטינער]] מיט די [[יידן]] אין [[ארץ ישראל]] גלייך נאך וואס דער [[יו ען]] האט באשלאסן מען זאל אויפשטעלן א יידישע און [[אראבער|אראבישע]] מדינה אין ארץ ישראל [[כ"ט בנובמבר]], [[ט"ז כסליו]] [[ה'תש"ח]] (1947). די אראבער וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט, זיינען באלד ארויס א מלחמה קעגן די יידן. אין די ערשטע 4 מאנאטן איז די מלחמה געווען מער ווי א [[בירגער קריג]] ווען די אראבער האבן באלעגערט קליינע יישובים און געמאכט דארט [[טעראר]].
 
[[טעקע:1948 Arab Israeli War - May 15-June 10.svg|left|thumb|250px|אראבישע אטאקע אויף ישראל]]
ווען דער [[בריטישער מאנדאט]] האט זיך גענדיקט דעם 14טן מיי [[ד' אייר]], 1948, האבן פינעף אראבישע [[ארמיי]]ען אינוואדירט די ניי דערקלערטע יידישע [[לאנד]], [[עגיפטן]] אין די [[נגב]], אין דרום טייל פון [[ישראל]], [[יארדאניע]] אין [[ירושלים]], און די וועגן וואס פירן קיין ירושלים, און די אומגעגנט. [[לבנון]] אינעם [[גליל]] וואס איז אינעם [[צפון]] טייל פון ישראל, [[סיריע]] אינעם [[בית שאן]] טאל, [[איראק]] אינעם צפון טייל פונעם [[מערב ברעג]] אין די געגנט פון [[זשענין]], [[טולקארעם]], [[קאלקיליע]].