אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שארל דע גאל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט געענדערט: th:ชาร์ล เดอ โกล
שורה 17:
 
ביים אויסבראך פונעם קריג, איז ער געווען א [[קאלאנעל]] (פאָלקאווניק). נוצנדיג זיינע טאקטיקן, האט ער אטאקירט א דייטשע טאנקען קארפאס, אן הילף פון
די לופט, ער האט באזיגט די דייטשן, אין איינעם פון די געציילטע ניצחונות וואס פראנקרייך האט אפגעהאלטן, דערנאך האט [[פאועל ריינאד]], אים געשטעלט אלס וויצע סעקרעטאר, פארן זיכערהייט און קריגס מיניסטעריום, און אלס פארבינד פארן [[פאראייניגטן קעניגרייך]]. ווען פראנקרייך האט קאפיטולירט, האט ער זיך קעגנגעשטעלט קעגן יעדע סארט שוואכקייט, און האט אויפגעשטעלט די פראנצויזישע[[פרייע פראנקרייך]] רעגירונג אין גלות, וואס האט זיך געפונען אין [[לאנדאן]], און האט באקומען אנערקענונג פון די [[אליאירטע]], צוביסלעך האט ער אנגעפאנגען אויפשטעלן, די פראנצויזישע פרייהייט ארמיי.
 
אין 1944 איז ער זיגרייך אריין אין פאריז, באפרייענדיג פראנקרייך פון די [[נאציס]], און דער [[ווישי רעגירונג]], און ער איז געווארן צייטווייליגער פרעזידענט. אויפשטעלנדיק די פראנצויזישע ארמיי, און אטאקירנדיג [[דייטשלאנד]], איז פראנקרייך פאררעכנט געווארן ווי א טייל פון די אליאירטע, און ווען דייטשלאנד איז צוטיילט געווארן, איז איינע פון די זאנעס געווען אונטער פראנקרייך.