אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מייבאק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: hr:Maybach
מ באט געענדערט: mk:Maybach; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 8:
וואס עפעס דיימלער –קרייסלער?
 
אין 860' האבן זיך ווילהעם מייבאק און גאטליב דיימלער זיך געטראפן און אנגעפאנגן געהיימע פלענער צו אנטוויקלן אן אויטאמאביל וועלכע וועט זיין בעסער און באקוועמער ווי די אנדערע מאדנע אויטאס וועלכע האבן אין יענע צייטן אנגעהויבן אריינקומען אין אייראפע. 25 יאר דערויף איז זייער פירמע שוין געשטאנען אונטער'ן נאמען "אינטערנעל קאמביושן ענדזשינס און אויטאמאבילן" און האבן ערצייגט איר ערשטן מאדעל וועלכע האט פארמאגט א 0.5 פערד-קראפט מאטאר. עטליכע יאר דערויף האבן זיי ערצייגט א פרישן מאדעל וועלכע איז שוין געפארן אויף 4 רעדער און זיי האבן דאס שטאלצערהייט געפירט צו א אויטא פארשטעלונג אין פאריז ווי די קאנסומער איז געשטאנען צוגענאגעלט, באטראכטנדיג די דעטאלן פון די מייסטער ארבעט וועלכע די צוויי אינדזשינירן האבן צוזאמענגעשטעלט. 5 יאר דערויף האט די פירמע ערצייגט די וועלט'ס ערשטע 4 צילינדער מאטאר און פון דאר און ווייטער איז היסטאריע. די צוויי האבן זיך אפגעטיילט און די ריזיגע און פרעסטידזשפולע פירמע מערצעדעס איז געבוירן געווארן און זי האט שטארק מצליח געווען. דאקעגן איז מר. מייבאק געבליבן אביסל אויסגעשפילט און זיינע קינדער האבן שפעטער פארמאכט די פירמע. די לעצטע אויטא וואס די פירמע האט פראדוצירט איז געווען אין 941' און האט געהייסן עס-דאבעליו 42.
 
אירע אויטאס האבן שוין דעמאלט געהייסן צו זיין גאר גוטע אויטאס און זענען גענוצט געווארן דורך גאר רייכע ביזנעס פיגורן צווישן די יארן פון 921' ביז 941' ווען די צווייטע וועלט קריג האט פיזיש צוקלאפט די גאנצע עקאנאמיע און מייבאק איז געבליבן א קרבן.
 
 
שורה 27:
• קליינע סאלאר צעלן וועלכע אקטיוויזירן א ווענטולאציע סיסטעם ווען מען לאזט דעם אויטא געפארקט אונטער א הייסע זון.
 
• 10 עיר-בעגס. 4 ארגינעלע פאר אלע 4 פאסאזשירן, 4 זייטיגע עירבעגס, און צוויי פירהאנגן.
• לופט פילטערס וועלכע רייניגן די לופט וואס קומט אריין אינעם אויטא.
שורה 70:
 
אויב איינער איז אינטערעסירט דאס צו קויפן האט ער איינס פון די צוויי ברירה'ס: אדער אראפפארן קיין סינדלפינגן, [[דייטשלאנד]] וואו די אויטא ווערט געמאכט. אדער גיין צו געוויסע מערצעדעס דילערס איבער'ן לאנד וועלכע זענען קואליפיצירט צו פארקויפן דעם טייערן אויטא. אין גאנץ נארט אמעריקע זענען אין דעם פארגאנגענעם יאר נאר באשטעלט געווארן 40 אזעלכע אויטאס וואס מיינט אז נישט אפילו אין יעדע שטאט איז פאראן איינער וואס פארמאגט אזא אויטא.
 
 
[[קאַטעגאָריע:אויטאמאבילן]]
שורה 91 ⟵ 90:
[[ja:マイバッハ]]
[[ko:마이바흐]]
[[mk:МајбахMaybach]]
[[nl:Maybach]]
[[no:Maybach]]