אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "צום גדליה"

53 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 11 יאָר
וויקילינק
מ (באט צוגעלייגט: de:Zom Gedalja)
(וויקילינק)
 
== שטאמונג ==
אום [[ג' תשרי]] (לויטן רד"ק (ירמיה מא, א) און אבן עזרא (זכריה ח, יט) איז דאס געווען [[א' תשרי]]) נאך חורבן בית ראשון ווען [[גדליהו בן אחיקם]] איז געווען דער פירער אויף די פארבליבענע רעשטלאך יידן אין [[מלכות יהודה]] ער איז געשטעלט געווארן דורך [[נבוכדנצר]] און זיין מיליטער, גדליה האט מיט געהאלטן מיט ירמיה הנביא אז מען זאל מאכן א פרידן פאקט מיט נבוכדנצר, כדי מציל זיין די איבריגע אידן, און כדי נבוכדנצר'ס מיליטער זאלן אויפהערן פארגיסן יידיש בליט ווי וואסער, אבער דארט איז געווען א מיליטער מאן [[ישמעאל בן נתניה]], וואס האט געהאלפטען פונקט פארקערט אז מען טאר זיך נישט ברעכען, און ער האט מיט א שווינדל געמארדעט [[גדליהו בן אחיקם]], ראש השנה נאכמיטאג אין מיטן גדליה'ס סעודותסעודת יום טוב. אזוי אז עס איז נישט געבליבן קיין עצה פאר די פאר לעצטע פארבליבענע [[יידן]] זיי האבן אראפגענידערט פון [[ארץ ישראל]] קיין [[מצרים]]. חז"ל שילדערן אז זינט די געשיכטע, איז ארץ ישראל געבליבן פוסט און וואוסט אן קיין שום לעבנסצייכן, פאר 50 יאר האט מיטאמאל א פויגל אריבערגעפלויגן ארץ ישראל.
 
(לויט דער שיטה אז עס איז געשען [[א' תשרי]] האט מען אפגעשטופט דעם געדענק-טאג צו ג' תשרי פון וועגן [[ראש השנה]]). דער בית יוסף אין סימן ת"ר ברענגט ביידע שיטות און איז מפלפל לויט דעם צי צום גדליה האט א דין פון א נדחה און מען קען מיקל זיין ביים פאסטן.
מען פאסט פון [[עלות השחר]] ביז מען זעט די ערשטע דריי שטערן ביינאכט. ווען עמעצער שטייט אויף פארטאגס מעג ער טרינקען ביז עלות, אבער עסן מעג מען נאר אז מ'האט געמאכט א תנאי איידער זיך לייגן שלאפן.
 
דער [[ש"ץ]] זאגט נאך א ברכה, עננו, נאך „גואל ישראל". ביי שחרית זאגט מען נישט קיין [[סליחות]] ווייל מ'האט שוין געזאגט סליחות פארן דאווענען.<ref>אבער אין [[חב"ד]] זאגט מען נישט קיין סליחות אין די [[עשרת ימי תשובה|עשי"ת]], דעריבער זאגן זיי די סליחות פון צום גדליה ביי שחרית.</ref> מ'זאגט [[אבינו מלכנו]] נאך דער הויכער [[שמונה עשרה]] אזוי ווי אלע טעג אין די [[עשרת ימי תשובה|עשי"ת]]. ליינען ליינט מען ויחל סיי ביי שחרית סיי ביי מנחה; ביי די אשכנזים איז די דריטע עליה צו [[מנחה]] מפטיר, און מ'ליינט די הפטרה '''דרשו''' ([[ישעיה]] נד).
 
== רעפערענצן ==
80,198

רעדאקטירונגען