אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טעראריזם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: hif:Atankwaad
מ באט צוגעלייגט: pnb:دہشت گردی; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 1:
[[בילדטעקע:CNN911.jpg|left|thumb|250px|[[9/11]] אטאקטירט דורך טעראריסטן]]
 
'''טעראריזם''' איז א מיטל אויף צו געוואונען פאליטישע שטרעבונגען דורך אנזייען שרעק און פאניק.
 
עס זענען דא פארשידענע מיינונגען וואס גענוי באדייט א טעראריסט, ווי דער אלטער אויסדריק, "איין מאן'ס טעראריסט איז א אן אנדער מאן'ס פרייהייט קעמפפער". דאך ווערט אנגענומען אין אלגעמיין אז טעראריזם איז דאס באנוץ פון געוואלדטאטן נישט אין א דירעקטע קריגס צושטאנד אנטקעגן ציווילע מענטשן פאר פאליטישע צוועקן. טעראריסטס וועלן אפט ניצן לעגאלע און אומלעגאלע מיטלען קעגן זיין קעגנער, פון אונטערשטעלן באמבעס דעם שונא, ביז זיך אליין אויפרייסן אין א [[זעלבסטמארד]] אקציע.
 
== היסטאריע ==
 
'''טעאראריזם''' איז נישט קיין נייער מיטל פון קריג. רוב היסטאריקער ווייזן אן אויף די כת '''[[סיקריקין]]''', באקאנט אין דער [[תלמוד]] אלץ "[[בריונים]]", אלץ איינע פון די פריסטע ביישפילן פון טעראריזם. ווי [[יוסיפון]] געבט אן אין זיינע ביכער פון דעם תקופה, זענען די סיקריקין געווען פאנאטישע רעליגיעזע אידן וואס האבן גע'הרג'עט מענטשן אין מארק מיט באהאלטענע מעסערס (''סיקַר'') אויף זייער קערפער אויף צו טעראריזירן די נישט-גלויביגע און די וואס האבן געשטיצט די רוימישע געצנדינערישע הערשער.
שורה 15:
פאר נאך א ביישפיל פון אמאליגע טעראריזם ווייזן היסטאריקער אויף די '''[[השישין]]''' גרופע, א כת פון פאנאטישע רעליגיעזע מוסלמענער וועלכע האבן פיל גע'הרג'עט און טעראריזירט פאר פאליטישע צוועקן. פון זיי קומט דער ווארט "אסאסין", וואס מיינט צו אסאסינירן, אדער מארדערן, א פאליטישע פיגור.
 
== אין מאדערנע צייטן ==
די ערשטע ביישפילן פון טעראריזם אין דעם צוואנציגסטען יאר-הונדערט זענען געווען די '''[[יונגע באסניער]]''', פון וועלכן א מיטגליד זייערס האט געהארגעט דעם [[סערביע|סערבישן]] [[ארצידוך]] [[פראנץ פערדינאנד]], אן אקט וואס האט זיך דירעקט פארקייקלט אינ'ם אויסבראך פון דעם [[ערשטן וועלט קריג]].
 
די ערשטע בולט'דיגע אקטן פון טעראריזם נאך דער [[צווייטער וועלט קריג]] זענען געמאכט געווארן דורך די עקסטרעמע ציונ'יסטישע גרופעס [[אירגון]] און [[לחי]]. אין די יארן צווישן 1945 און 1957 האבן זיי דורכגעפירט עטליכע געוואלדטאטן אויף די ענגלישע בכדי צו באצוואונגען אויף זיי זיך ארויסצוציען פון [[פאלעסטינע]]. דער מערסט באקאנטער אקט איז געווען דאס אויפרייסן א באמבע אינ'ם [[מלון דוד המלך]] אין ירושלים, וועלכע האט אנטהאלטן א באזע פאר די בריטישע סעקרעטאריעט און דער מילטערישער קאמאנדיר. 91 מענטשן זענען אומגעקומען, דאס רוב פון זיי איינגעשטעלטע אין דעם האטעל און אין דער סעקריטאריעט. 17 פון די אומגעקומענע זענען געווען אידן. דאס רעשט זענען געווען בריטישע און אראבער.
 
=== עראפלאן צוכאפעניש ===
 
די [[צוכאפעניש]] פון פליגערס האט געעפנט א נייעם קאפיטל אין היסטאריע פון טעראריזם.
שורה 26:
דאס ערשטע צוכאפן, לויט פיל היסטאריקער, איז געווען ווען ישראל'ישע קריגס עראפלאנען האבן געצווינגען א סירישע ציווילע עראפלאן צו לאַנדען אין [[לוד]] לופט-פעלד, בכדי צו נעמען די פאסאזשירן אלס "ערבניקעס". דער פלאן האט געזאלט זיין זיי צו פארטוישן מיט ישראל'ישע [[קריגס געפאנגענע]] אין [[סיריע]]. [http://www.washington-report.org/backissues/1194/9411071.htm] די "האסטעדזעס" זענען געווארן ארויסגעלאזט צוויי טעג שפעטער, נאך שווערע אינטערנאציאנאלע פארדאמונגען.
 
==== פאלעסטינער צוכאפעניש ====
 
די [[היידזעקינג]] פון פליגער אין איר היינטיגע פארמען איז געקומען צום אינטערנאציאנאלע באמערקונג אין די 1960ער יארן דורך פאלעסטינער מיליטאנטן.
שורה 36:
צוויי פון די פליגערס האבן געלאנדעט אין א ליידיגן [[לופט פעלד]] אין א [[מדבר]] אין [[ירדן]]. די אידישע און ישראל'ישע פאסאזשירן זענען געהאלטן געווארן אין דעם פליגער, און דאס רעשט זענען געווארן צוטיילט איבער עטליכע פלעצער אין ירדן. פילנדיג אז דאס איז א דירעקטע סכנה אויף זיין הערשאפט האט [[כוסיין קעניג פון יארדאניע]] אנגעהויבן אן אויספירליכן קאמפיין אנטקעגן פאלעסטינער מיליטאנטישע גרופעס אין [[ירדן]], וועלכע האט כמעט געפירט צו א ברייטערן קריג אין דעם ראיאן מיט [[ירדן]], [[מדינת ישראל]], [[סיריע]], און [[איראק]].
 
צום סוף אבער זענען די פארלאנגען פון די היידזעקערס געווארן ערפילט: די ישראל'ישע רעגירונג האט ארויסגעלאזט די [[פי.עף.על.פי.]] ארעסטאנטן, און די האסטעדזעס זענען ארויס פריי אויף [[סעפטעמבער 28]].
 
==== ענטעבי ====
אויף [[יוני 27]] [[1976]]-[[תשל"ו]] איז פארכאפט געווארן אן [[עיר פראנס]] פליגער אויפ'ן וועג פון [[אטען]], [[גריכנלאנד]] קיין [[פאריז]] דורך פיר היידזעקערס, צווי פאלעסטינער פון [[פי.עף.על.פי.]] און צוויי [[דייטשלאנד|דייטשע]].
 
שורה 45:
אויף דער נאכט פון [[יוני]] 3-4 האט אן עליטע אפטייל פונ'ם ישראל'ישן [[סיירת מטכ"ל]] זיך ארויסגעלאזט אויף א גאר דרייסטע רעטונגס מיסיע צום לופט פעלד אין אוגאנדא, ווי די משכונות זענען געהאלטן געווארן. דריי פון די 103 משכונות, און [[יונתן נתניהו]], דער מיסיע'ס קאמאנדיר, זענען אומגעקומען, אבער די איבעריגע האסטעדזעס אין דעם לופט פעלד זענען געראטעוועט געווארן, און דער מיסיע איז פארופן געווארן א געלונגענע, און דער [[ענטעבע אפעראציע]], האט באקומען א שם אויף דער וועלט, אין [[ישראל]] איז די אקציע פאררופן געווארן, אויפן נאמען פון יונתן נתניהו.
 
== 1972 אלימפיק שפילן אין מינכן ==
 
ביי די אלימפיק שפילן אין [[מינכן]], [[דייטשלאנד]], אין 1972 האבן א גרופע [[פאלעסטינער]] מיליטאנטן, פון די [[שווארצע סעפטעמבער]] טעראר גרופע. זיך אריינגעכאפט אין דער [[אלימפיק ווילעדש]] ווי די שפילער האבן זיך אויפגעהאלטן און גענומען 11 [[ישראלדיקער ספארטלער אומקום ביי דער מינכן אלימפיאדע|ישראל'ישע שפילער]] ערבניקעס. די פרשה האט זיך אויסגעלאזט מיטן אומקום פון אלע 11 געפאנגענע, נאכדעם וואס א רעטונגס פרואוו פון די דייטשע פאליציי איז מיאוס דורך געפאלן.
 
== זעלבסטמארד טעראריזם ==
 
זעלבסמארד טעראריזם איז צום ערשטן מאל דורכגעפירט געווארן מיט ערפאלג אויף א גרויסן פארנעם דורך [[חיזבאלא]] מיטגלידער אין די באמבאדירונגען פון דער [[אמעריקע|אמעריקאנער]] עמבאסי און די באראקן פון די אמעריקאנער מארינעס און פראנצויזישע מיליטער לייט אין [[ביירוט]] אין 1983.
שורה 55:
זינט 1993 האבן אראבישע גרופעס ווי [[חאמאס]], [[איסלאמישע דזיהאד]], און דער [[אל אקצה מארטירערס בריגאדע]] זיך באנוצט מיט א ריזיגע צאל זעלבסטמארד אטאקעס אנטקעגן ציווילע מענטשן אין [[מדינת ישראל]], אויפרייסנדיג באסעס, פיצא געשעפטן, נאכט-קלאבס, שאפינג-ערטער, און נאך.
 
== טעראריזם אין אמעריקע ==
 
=== אקלאהאמע סיטי ===
 
אויף [[אפריל 19]], [[1995]] האט טימאטהי מעקוועי מיט הילף פון טערי ניקאלס אויפגעריסן א באמבע ביים [[אלפרעד פי. מוראַ]] פעדעראלער אפיס קאמפלעקס, חרוב מאכנדיג דעם בנין און אומברענגנדיג 168 פערזאן. דאס איז אין זיין צייט געווען דער שעדליכסטער טעראר אקט אין אמעריקע. [[טימאטהי מעקוועי]] איז פעראורטיילט געווארן אויף טויט, פאר דעם אקט, און טערי ניקאלס האט באקומען לעבנסלענגליכע טורמע.
 
=== באמבע ביי אטלאנטא זומער אלימפיקס ===
 
אויף [[יולי 27]], [[1996]], בשעת די זומער אלימפיק שפילן אין [[אטלאנטא]], [[דזשארדזשיע]] האט [[עריק ראבערט רודאלף]] געשטעלט א באמבע אונטער א באנק, וועלכע האט זיך שפעטער אויפגעריסן און אומגעברענגט צוויי מענטשן און פארוואונדעט 111. רודאלף האט ביי זיין געריכט ערקלערט אז ער איז געווען בייז אויף די אמעריקאנער רעגירונג און געוואלט די אלימפיקס זאלן זיך אויפהערן. ער איז פעראורטיילט געווארן אויף לעבנסלענגליכע טורמע.
 
== אל קאידא און אסאמא בין לאדין ==
 
פון די גרעסטע טעראריסטן אין די וועלט היסטאריע איז דער סאודי'שער אראבער [[אסאמא בין לאדין]] מיט זיין [[אל קאידא]] ארגאניזאציע. די טעראריסט אקטן וואס זענען דורך אים געשטעלט געווארן זענען געווען פון די שוידערליכסטע און העכסט קאמפליצירט פלאנירט.
 
=== אמעריקאנער עמבאסיס ===
אוגוסט 17, 1998 זענען דורכגעפירט געווארן צוויי קאר באמבאדירונגען אינאיינעם ביי די אמעריקאנער עמבאסי בנינים אין [[דאר עס סאלאם]], [[טאנזאניע]] און אין [[נייראובי]], [[קעניא]]. איבער 220 פערזאן זענען אומגעקומען און איבער 4,000 זענען געווארן פארוואונדעט. דער אטאקע האט געברענגט אינטערנאציאנאלע באמערקונג צו [[אסאמא בין לאדין]] מיט זיין [[אל קאידא]] ארגאניזאציע, לייגנדיג אים אויפ'ן ליסטע פון די [[צען מערסט געזוכטע]] פון אמעריקאנער [[עף.בי.איי.]].
 
=== יו.עס.עס. קאול קריגס שיף ===
אוקטובער 12, 2000 האט א קליין פישכאפער שיפל זיך דערנענטערט צו דער אמעריקאנער קריגס שיף [[יו.עס.עס. קאול]] בשעת עס איז געשטאנען אין דעם פּאָרט פון אדען, [[תימן]] פאר א געווענליכע גאזאלין אנפיל און אויפגעריסן א באמבע ביי דער זייט, ברענגנדיג זעלבסטמארד אויף די צוויי אראבישע טעראריסטן. דער באמבע האט אויפגעריסן א ריזן לאך 40 ביי 40 פיס, אנמאכנדיג כאאס אינעווייניג מיט די וואסער פארפלייצונג און די געטראפענע. 17 שיפספערזאן זענען אומגעקומען.
 
 
=== סעפטעמבער דעם 11'טען ===
די גרעסטע און שוידערליכסטע טעראר אטאקע אויף אמעריקע איז געווען [[סעפטעמבער 11]], 2001. פיר ציווילע פליגער זענען געווארן פארכאפט אין די לופטן. צוויי פליגער, [[יונייטעד עירליינס]] רייזע 175 און [[אמעריקען עירליינס]] רייזע 11, זענען געווארן אריינגעקראכט אין די צוויי בנינים פון דעם [[וועלט האנדלונגס צענטער]] אין [[דאונטאון מאנהעטן]]. ביידע בנינים זענען גענצליך איינגעפאלן ווייניגער ווי צווי שעה דערנאך. דער דריטער, [[אמעריקען עירליינס]] רייזע 77, איז געווארן אריינגעקראכט אין דעם [[פענטאגאן]] בנין אין [[וואשינגטאן די סי|וואשינגטאן]]. דער פערטער, [[יונייטעד עירליינס]] רייזע 93, איז אראפגעברענגט געווארן, ווארשיינליך דורך די באמיהונגען פון די פאסאזשירן, אין א ליידיגן פעלד אין [[פענסילוואניע]].
 
שורה 87:
 
[[קאנטערטעראריזם]]
== וועבלינקען ==
* [http://www.jewishencyclopedia.com/view.jsp?artid=681&letter=S סיקריקון - אידישע ענציקלאפעדיע]
* [http://www.cdi.org/friendlyversion/printversion.cfm?documentID=1502 קורצע היסטאריע פון טעראריזם]
* [http://www.washington-report.org/backissues/1194/9411071.htm מדינת ישראל דער ערשטער אראפ צו צווינגען ציווילע פליגער]
* [http://www.peace-online.org/images/rev-airport/pages/rev-airport-70e_TIF.htm ערשט-האנטיגע באריכט פון באססאם אבו שאריף, פון די אנפירער פון די היידזעקינגס אין סעפטעמבער 1970 - מיט בילדער]
* [http://archives.cnn.com/2001/US/09/11/chronology.attack/index.html כראנאלאגיע פון די טעראר געשעענישן אויף דעם 11טן סעפטעמבער]
 
 
שורה 99:
[[קאטעגאריע: מיליטער|רעגירונג]]
[[קאטעגאריע: 9/11]]
[[קאַטעגאָריע:טעראר]]
[[קאטעגאריע:על אקצא אינטיפאדע]]
 
[[קאַטעגאָריע:טעראר]]
 
[[en:Terrorism]]
שורה 161 ⟵ 162:
[[oc:Terrorisme]]
[[pl:Terroryzm]]
[[pnb:دہشت گردی]]
[[pt:Terrorismo]]
[[ro:Terorism]]