אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אושפיזין (פילם)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 7:
דער דירעקטאר פון דער פילם איז [[גידי דאר]], א ישראל'ישע פרייער איד. איר הויפט [[פילם פראדוצירער|פראדוצירער]] און [[פילם שפילער|שפילער]] איז [[שולי ראנד]], א פרומער [[בעל תשובה]] וואס איז אמאל געווען א [[פרייער]] גרויסער [[אקטיאר]]. די צווי זענען געווען אלטע פריינט און קאלעגן און האבן צוזאמען אויסגעארבעט דעם אידעע פון דעם פילם. דער דירעקטאר האט ארויסגעוויזן גאר שטארקע סענסיטיווקייט צום לעבנסשטייגער פון חרד'ישע אידן, און האט זיכער געמאכט אז דער פילם זאל נישט האבן קיין שמץ פון די אויסגעלאסנקייט וואס געפינט זיך אין אנדערע פילמען. צ.ב.ש. די צוויי הויבט שפילער, [[שולי ראנד]] מיט זיין ווייב -- וואס זענען אין עכטן לעבן אויך מאן און ווייב -- זעט מען קיינמאל זיך אפילו נישט צורירן.
 
דער פילם איז געוויזן געווארן אין אמעריקע צום ערשט ביים ''[[טרייבעקא פילם פעסטיוואל]]'' אין [[ניו יארק]]. דער דירעקטאר, [[גידי דאר]] האט מסדר געווען אז עס זאלן זיין ספעציעלע ערטער אין דעם אודיטאריום וואס וועט נישט זיין געמישט מענער און פרויען אין פארפאל אז חרד'ישע צואדער חסיד'ישע אידן וועלן זיך וועלן באטייליגן. ביים ענדע פון דעם ערשטן צייגונג אין [[ניו יארק]] איז געווען א "פראגן און ענטפערס" סעסיע ביי וועלכן גידי דאר, דער דירעקטאר, און שולי ראנד מיט זיין ווייב, די הויפט שפילער, האבן זיך באטייליגט.
 
==דרויסענדע לינקס==