אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יהודה אריסטובולוס דער ערשטער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''יהודה אריסטובולוס דער ערשטער''', איז געווען קעניג פון [[ארץ יהודה]], און [[כהן גדול]], פאר א יאר בערך, פון 104 ביז 103 איידער די ציווילע רעכענונג. ער איז געווען דער זון פון [[יוחנן הורקנוס דער ערשטער]].
 
ווען זיין פאטער יוחנן האט געלעבט, האט ער געשיקט זיינע צוויי זוןזין, אריסטובולוס און [[אנטיגונוס דער ערשטער]], איינעמען די [[שומרון]]. יוחנן האט געוואלט אז אריסטובולוס, זאל ווערן בלויז כהן גדול, און זיין ווייב זאל ווערן הערשערן איבער יהודה. ווען יוחנן איז געשטארבן, האט אריסטובולוס פארכאפט די מאכט, און איינגעשפארט זיין מאמע, און אין [[טורמע]] איז זי געשטארבן, זיינע ברודער האט ער אויך איינגעשפארט, אויסער אנטיגונוס, וועם ער האט געשטעלט אלס הויפט גענעראל, און האט טאקע איינגענומען אסאך ערטער, און האט באקומען אסאך כבוד.
 
אריסטובולוס, האט געפארכט אז זיין ברודער וועט פרובירן פארכאפן די מאכט, און אים אראפווארפן פון בענקל, האט ער באפוילן אז זיין ברודער טאר נישט קומען צו אים אין די מיליטערישע מונדירן, באוואפנט מיט געווער. אריסטובולוס' ווייב וועלכע האט פיינט געהאט אנטיגונוס, האט געשיקט זאגן פאר אנטיגונוס, ער זאל קומען צו אריסטובולוס, מיט זיין געווער, ווי עס פאסט פאר א גענעראל. אריבערטרענדיק די שוועל פון די פאלאץ, האבן די [[קעניג]]ס וועכטער אים אומגעברענגט. די זעלבסטשולד וואס אריסטובולוס האט געהאט פונעם אומברענגען אנטיגונוס, האט אים קראנק געמאכט און ער איז געשטארבן.
שורה 9:
אריסטובולוס' ווייב איז געווען [[שלומציון המלכה]], וואס [[אלכסנדר ינאי]], האט איר געהייראט אלס [[יבום]], וויבאלד אריסטובולוס האט נישט איבערגעלאזט קינדער, און ינאי האט איבערגענומען די קעניגרייך נאך אריסטובולוס' טויט.
 
אריסטובולוסאריסטובלוס איז געווען די ערשטע פון די [[חשמונאים]], וואס האט זיך דערקלערט אלס קעניג, איבער ארץ יהודה.
 
[[קאטעגאריע:חשמונאים]]