אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סאדאם כוסעין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט געענדערט: af:Saddam Hoesein
מאין תקציר עריכה
שורה 7:
== ביאגראפיע ==
 
סאדאם איז געבוירן אויף די ברעגעס פונעם [[טיגריס]] [[טיי]]ך אין 937' און איז אויפגעצויגן געווארן דורך זיין [[מאמע]] און [[פעטער]] נאכדעם וואס זיין [[טאטע]] האט פארלאזט די פאמיליע עטליכע מאנאטן בעפאר זיין געבורט. עס איז געווען זיין [[פעטער]] וועלכער האט געמאכט סאדאם אלס דעם "סאדאם" וואס איז פון אים געווארן. זיין [[פעטע]]ר איז געווען פון די פריע [[באאט פארטיי]] שטיצער וועלכער האט געגעבן א שטארקן אידעלאגיזןאידעאלאגישן איינפלוס אויף דעם יונגן סאדאם.
ביי די 20 האט סאדאם זיך אנגעשלאסן אין די [[באאט פארטיי]] און צוויי יאר דערויף איז ער געווען א טייל פון א געפלאנטן [[אטענטאט]] קעגן דעם דעמאלטדיגן איראקער פירער (גענעראל [[אבדול קארים קאסעם]] וועלכער האט אונטערגעברענגט די איראקער קעניגרייך א יאר בעפאר). דער פרואוו איז דורכגעפאלן און סאדאם איז אנטלאפן קיין [[עגיפטן]] מיט א קויל אין די פיס און האט דארט געוויילט 6 יאר. דארט אין [[קיאראקיירא]] האט ער אנגעבינדן פריינטשאפט מיט די [[סי-איי-עי]] וועלכע האט געשטיצט די [[באאט פארטיי]].
 
ווען סאדאם איז צוריק קיין [[איראק]] האט מען אים אריינגעשליידערט אין [[טורמטורמע]]ע פון וואו ער איז אנטלאפן און זיך ארויפגעארבעט צו ווערן פון די העכסטע אין ראנג פון די [[באאט פארטיי]]. ווען די [[באאט פארטיי]] האט אונטערגעברענגט די [[רעגירונג]] און איבערגענומען די פירערשאפט אין 968', איז סאדאם געווארן דעפיוטי פרעזידענט און האט געפירט די פארטיי מיט א שטארקן האנט און דערביי געוואונען די צוטרוי פון אנדערע פארטיי פירער.
 
סאדאם איז געווארן [[פרעזידענט]] נאכדעם וואס זיין פארגייער ([[אכמעד האסעם אל-בקאר]]) האט אין 79' פרובירט אנקניפן א פאראייניגונג מיט [[סיריע]] אין וועלכע דער סיריער [[פרעזידענט]] [[כאפעז על אסאד]] (טאטע פון היינטיגן פרעזידענט אסאד) וואלט געווארן פרעזידענט פון איראק-סיריע און אל-בקאר דעפיוטי. סאדאם וואלט געפאלן טיפער אין ראנג און דערפאר האט ער זיך ארויסגעשטעלט שארף קעגן דעם פלאן און מיט די הילף פון אנדערע פארטיי מיטגלידער געצווינגן אל-בקאר צו רעזיגנירן און ער איז געווארן פרעזידענט.
 
אינעם זעלבן טאג פון זיין איינשווערונג האט סאדאם גערופן א פארטיי אסעמבלי וועלכע ער האט פארלאנגט עס זאל ווערן רעקארדירט דורך [[ווידעא]]. אינעם אסעמבלי האט ער אויסגערופן די נעמען פון 68 פארטיי מיטגלידער וועמען ער האט באצייכענט אלס פאררעטער און די באשולדיגטע זענען ארויסגעפירט געווארן פון זאל אריין אין [[טורמע]]. 22 פון די באשולדיגטע זענען שפעטער הינריכטעט געווארן דורכ'ן געריכט.
 
סאדאם האט אנגעקניפט באציאונגן מיט אינטערנאציאנאלע לענדער און זיך דערווייטערט פון [[סיריע]] און [[איראן]]. אין יענע צייט האט זיך געקאכט א [[רעוואלוציע]] אין [[איראן]] אונטער דער שפעטערדיגער פירער [[כומעיני]] וועלכער האט זיך אויפגעהאלטן אין [[איראק]]. סאדאם האט פארשיקט [[כומעינ]]יכומעיני פון [[איראק]] און שפעטער ווען [[כומעיני]] איז געווארן [[פרעזידענט]] פון [[איראן]] האבן אויסגעבראכן קריגערייען ביי די גרעניצן פון איראן-איראק. סאדאם האט דאן אינוואדירט א [[פראווינץ]] אין [[איראן]] און מיט דעם אנגעצינדן די 8 יעריגע [[איראן-איראק מלחמה]] וועלכע האט געקאסט די לעבנ'ס פון אנדערהאלבן מיליאן מענטשן.
צובראכן פון זיין דורכפאל, האט סאדאם געוואלט פארזיכערן דעם גאנצן [[מיטל מזרח]] אז ער איז א שטארקער פירער וועלכער ברעכט זיך נישט און האט נישט קיין מורא פון קיינעם. קוים דריי יאר נאך די ענדע פון די מלחמה האט ער אריינגעשיקט זיין מיליטער קיין [[קואוועיטקאוועיט]] און געוואלט איבערנעמען קאנטראל פון די אויל קוועלער.
 
די רעאקציע איז געקומען שנעל און קאאליציע טאנקן באגלייט מיט [[לופט כוחות]] האבן פארטריבן זיין [[מיליטער]] צוריק אריין קיין [[איראק]] און ארויפגעצווינגן סאנקציעס און געעפענט א [[נאו-פליי זאנע]] וועלכע איז באוואכט געווארן דורך אמעריקאנער [[עף-16]] קאמפס [[פליגער]] ביז די אנהויב פון די איצטיגע [[מלחמה]].
 
סאדאם'ס רעגירונג איז געפאלן אין די ערשטע טעג פון דער [[צווייטער גאלף מלחמה]] און ער איז געגאנגען אין באהעלטעניש פון וואו אמעריקאנער סאלדאטן האבן אים 8 מאנאטן שפעטער ארויסגעצויגן א שמוציגער און באוואקסענער. ער איז געהאלטן געווארן דורך די אמעריקאנער [[מיליטער]] און צוויי יאר דערויף איז ער געשטעלט געווארן צום משפט דורך די נייע איראקער רעגירונג'ס הויכע [[טריבונאל]]. דעם פארגאנגענעןפארגאנגענעם [[נאוועמבער]] האט דאס [[געריכט]] אים געפינען שולדיג און די [[מארד]] פון 148 מענער און יונגלעך וועלכע זענען אומגעברענגט געווארן אויף סאדאם'ס באפעלן אלס נקמה פאר אן [[אטענטאט]] פרואוו וואס זיי האבן אנגעגרייט קעגן אים אין 82' ביי א באזוך אין די צפון שטאט [[דודזשעיל]].
 
דורכאויס זיין סאדיסטישע פירערשאפט האט ער זיך געשאפן א דור פון פיינט וועלכע האבן נישט געוואלט פארגעסן וואס ער האט געטאן צו זייערע פאמיליעס און א קליינע גרופע פון זיי זענען אנוועזענד געווען דעם פארגאנגענעם [[שב"ק]] פארטאגס אלס עדות ווען ער האט געענדיגט זיין לעבן מאכטלאז און אליינס אויפ'ן זעלבן אויפ'ן ווי ער האט לאנגע יארן דערשטיקט זיינע אפאנענטן.